רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ
רבי מנחם כ"ץ-פּראָסטיץ (אויך באַקאַנט אלס רבי מנחם וואַנפריד; בערך ה'תקנ"ה – ט"ז אדר א' ה'תרנ"א) איז געווען איינער פון די חשובסטע אָרטאָדאָקסישע רבנים אין אונגארן אינעם 19טן יאָרהונדערט. ער האָט געדינט מער ווי פופציג יאָר אַלס רב פון דער קהילה אין צעהלים (דויטשקרויץ), איינע פון די "שבע קהילות" אין בורגנלאַנד, און איז געווען פון די נאָענטסטע און גרעסטע תלמידים פונעם חתם סופר.
נוסח פון זיין מציבה
|
|---|
|
אבן בוכים |
ביאָגראַפיע
יוגנט און משפּחה
ר' מנחם איז געבוירן געוואָרן אין פּראָסטיץ (Prostějov), מעהרן, צו זיין פאָטער ר' אליעזר כ"ץ וואַנפריד און זיין מוטער הינדל. ר' אליעזר'ס פאטער איז געקומען פון דער שטאָט וואַנפריד אין העסע-נאַסאַו, דייטשלאַנד קיין פרוסטיץ, וואו ער האט געהייראט אַן אייניקל פונעם באַרימטן פילאַנטראָפּ און שתדלן רבי שמשון ווערטהיימער פון ווין[1]. אין זיין יוגנט האָט ער געלערנט ביי זיין פעטער, רבי משה כ"ץ וואַנפריד, וואס איז געווען א ר"מ אין פּראָסטיץ. רבי מנחם איז געווען באקאנט אלס אן עילוי מיט זעלטענע כשרונות[2].
אלס בחור איז ער געפאָרן קיין פּרעשבורג צו לערנען אין דער ישיבה פונעם חתם סופר, וואו ער איז געוואָרן איינער פון זיינע מערסט אויסגעצייכנטע תלמידים. ער האָט געלערנט אין פּרעשבורג צען יאָר, און אפילו נאָך זיין חתונה האָט ער ווייטער געלערנט דאָרט פינף אדער זיבן יאָר[3]. ער איז געווען אזוי צוגעבונדן צו זיין רבי'ן, אז ער האט אפגעזאגט שידוכים פון אנדערע שטעט כדי צו קענען בלייבן אין פרעשבורג[4].
רבי מנחם איז געווען אַ באַליבטער תלמיד מובהק פונעם חתם סופר, וועלכער האט אים גערופן "מנח'ל"[5]. ער פלעגט אים טיטולירן "חכימא דיהודאי" און האט אים דערמאנט אין זיין חידושי ש"ס אלס "תלמידי הבח' המופלג"[6] און שפעטער אלס "הרבני המופלג"[7].
רבי מנחם איז אויך געווען פון די געציילטע תלמידים מיט וועמען דער חתם סופר האט געלערנט תורת הנסתר (קבלה), און ער האט אראפגעשריבן פילע קבלה ענינים בשם זיין רבי'ן אין א נאטיצ-ביכל[8]. עס ווערט דערציילט אז רבי מנחם האט זיך אמאל באהאלטן אין צימער פונעם חתם סופר, פון וואו ער האט געזען ווי א הימלישער ליכט האט באגאסן דעם צימער. ער האט זיך אזוי גענומען ציטערן ביז זיין רבי האט אים געפּאקט[9].
רבנות
בערך אין יאָר תקצ"ד איז ער אויפגענומען געוואָרן אַלס רב אין ראַגנדאָרף (Rajka), א שטעטל נאענט צו פרעשבורג, כדי ער זאל קענען ווייטער זיין נאנט צו זיין רבי'ן[10]. ווען דער חתם סופר איז געווען פאר זיין פטירה, האט ער געשיקט רופן רבי מנחם אים צו דערמאנען א חידוש אין מסכת סוטה. אזוי ווי רבי מנחם איז געווען א כהן, האט אים דער חתם סופר ארויסגעשיקט פון צימער פונקט פאר יציאת נשמה, זאגנדיג אים "ר' מנחם, גסיסה"[11].
אין יאָר ת"ר, נאָך דער פּטירה פונעם חתם סופר, איז ער באַשטימט געוואָרן אַלס רב אין צעהלים, וואו ער האט געדינט פאר מער ווי פופציג יאר. ער האָט דאָרט אָנגעפירט מיט אַ חשובע ישיבה וואו עס האבן געלערנט העכער הונדערט תלמידים[12], צווישן זיי באַקאַנטע פונעם קומענדיגן דור, ווי רבי משה גרינוואַלד, דער "ערוגת הבושם".
אלס פירער פון דעם אונגארישן אידנטום
ר' מנחם איז געווען פון די פירער פונעם אָרטאָדאָקסישן פאַקציע בעת דעם גרויסן קאָנגרעס פון אונגאַרישן אידנטום אין תרכ"ט און האט געקעמפט קעגן די רעפארם (נעאלאגן) באוועגונג. ער איז געווען דער פאָרזיצער פון דער ערשטער אסיפה פון אָרטאָדאָקסישע רבנים אין בודאַפּעשט אין יאָר תר"ל, וואָס האָט געדינט ווי דער יסוד פאַר דער באַזונדערער אָרטאָדאָקסישער אָרגאַניזאַציע אין אונגארן[13].
אַלס דעפּוטאַט פון די אָרטאָדאָקסישע אידן האָט ר' מנחם געהאַט 13 אוידיענצן ביים קייסער פראַנץ יאָזעף דער ערשטער[14]. עס ווערט דערציילט אַז בעת זיין לעצטער אוידיענץ, ווען ער איז שוין געווען 93 יאָר אַלט, האָט דער קייסער זיך געוואונדערט אויף זיין פרישקייט. ר' מנחם האָט געענטפערט: "אייל איזט מעהר ניכט דא, אָבער דער דאָכט פלאמט נאָך". דער קייסער האָט אַזוי הנאה געהאַט פון דעם ענטפער, אַז ער האָט געהייסן אויפהענגען ר' מנחם'ס פּאָרטרעט אין דער קייסערליכער גאַלעריע אין ווין[15].
פּטירה
ר' מנחם איז נפטר געוואָרן מאנטאג נאַכט, ט"ז אדר א' תרנ"א, אין טיפער עלטער פון 96 יאָר. ער איז באַערדיגט געוואָרן אין צעהלים מיט אַ גרויסער לוי' וואו פילע רבנים פון גאַנץ אונגארן האָבן אים מספּיד געווען. אויף זיין מצבה איז געשריבן אז ער איז געווען אַן "איש אלקים" און "ראש הרבנים במדינתנו". זיין מצבה אויפן בית-עולם אין דויטשקרויץ איז שפּעטער באַנייט געוואָרן דורך זיינע אייניקלעך.
זיין משפּחה
ר' מנחם האָט חתונה געהאַט מיט הינדל, די טאָכטער פון ר' יששכר בער פרענק, דער שמש און "נאמן" פון דער פּרעשבורגער קהילה. נאָך איר פּטירה האָט ער חתונה געהאַט מיט איר שוועסטער ברכה. שפעטער אין זיין עלטער (ביי די 85 יאר) האט ער חתונה געהאט א דריטע מאל מיט מרת ראכלה (לבית אדלער), די אלמנה פון ר' ישעיה צאלשאן[16]. ער האָט איבערגעלאָזט פינף זין און צוויי טעכטער:
- ר' שמואל מאיר כ"ץ (תק"צ–תרל"ה[17]), מחבר ספר "שם משמואל".
- יוסף כ"ץ (תקצ"א–)[18].
- רבי גרשון כ"ץ (תר"א–תר"ס), איידעם פון רבי יצחק אונגאר.
- רבי משה כ"ץ (תר"ב–), רב אין נייטרא.
- ר' מרדכי כ"ץ (–תרס"ג), פון גאלאנטא.
- הינדל, די ווייב פון ר' שמעון סג"ל שפּיצער, און בזיווג שני פון ר' מנחם'ס ממלא-מקום אין צעהלים, רבי דוד פרידמאַן[19].
- רבקה, די ווייב פון ר' שמעון חיים פעלנער, רב אין בעלעד.
צווישן זיינע באקאנטע אייניקלעך איז רבי מרדכי ראטנבערג, רב פון אנטווערפן. זיין אייניקל נחמה איז געווען די פרוי פון רבי ישכר שלמה טייכטאל, מחבר פון "אם הבנים שמחה". זיין אור-אייניקל רבי אליהו כ"ץ איז געווען דער רב פון באר שבע.
מעשיות און מופתים
אין דער צעהלימער קהילה איז ער געווען באַקאַנט נישט נאָר אַלס אַ גרויסער למדן, נאָר אויך אַלס אַ בעל מופת. עס ווערט דערציילט אַז בעת אַ כאָלערע עפּידעמיע האט געבושעוועט אין צעהלים אין יאר תר"ט, האט ער אָרגאַניזירט א "שווארצע חתונה" (א חתונה פון צוויי יתומים) אויפן בית-עולם, און די מגיפה האט זיך אפגעשטעלט. נאָך זיין פּטירה ווערט דערציילט אַז אַ נאַצישער אָפיציר וואָס האָט געוואָלט שענדן זיין קבר, איז גלייך דערהרגעט געוואָרט דורך זיין פערד.
ביבליאגראפיע
- טוביה יואל שטיינער, תולדות וחידושי רבי מנחם כ"ץ פרוסטיץ, בני ברק תש"נ (דריי בענדער)
- משה אלכסנדר זושא קינסטליכער - שלמה יהודה הכהן שפיצר, קהלת צעהלים וחכמיה, תש"ס, עמ' 133–146 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- https://beinenu.com/sites/default/files/alonim/20_20_73.pdf
- תולדות ושורשים - עצי משפחה: רבי מנחם כץ פרוסטיץ - מאה ועשרים שנה לפטירתו
- "ר' בער פרענק מפרעשבורג וחתנו ר' מנחם כ"ץ מצעהלים", אשכול אויף אייוועלט
- https://der-transkribierer.at/bagatellen/katz-prossnitz-menachem-23-februar-1891/
רעפערענצן
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' ד הערה 5.
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' ה.
- ↑ שטיינער, עמ' יב און הערה 24.
- ↑ שטיינער, עמ' ח.
- ↑ שטיינער, עמ' ח הערה 12.
- ↑ חידושי חתם סופר בבא בתרא ד, א.
- ↑ חידושי חתם סופר חולין ל, א. זעט אויך דארט קלד, ב.
- ↑ שטיינער, עמ' יב; רבי ישכר שלמה טייכטאל, אם הבנים שמחה, עמ' שד"מ.
- ↑ שטיינער, עמ' יב הערה 23. זעט סניידרס, תולדות ח"ב, תשנ"ז, עמ' יב.
- ↑ שטיינער, עמ' יג–יד.
- ↑ שטיינער, עמ' טו–טז.
- ↑ ר"א פוקס, ישיבות הונגריה בגדלותן ובחורבנן, ח"א, עמ' 579.
- ↑ שטיינער, מה–סח.
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' כט.
- ↑ שטיינער, תולדות, עמ' לא אין הערה 49.
- ↑ https://www.dirshu.co.il/wp-content/uploads/2024/02/טו-אדר-א-כא-אדר-א.pdf.
- ↑ קהלת צעהלים, עמ' 142.
- ↑ קהלת צעהלים, עמ' 142.
- ↑ רבי דוד פרידמן מצעהלים, אויף "אישי ישראל"
