רוי:ליקוי חמה

אסטראנאמישע ערשיינונג

א ליקוי חמה פאסירט אויף דער ערד ווען די ערד, לבנה און זון זענען אין איין ריי און די לבנה באדעקט די זון. דאס פאסירט מינימום צוויי מאל א יאר, און ביז פינף מאל א יאר. א ליקוי חמה קען נאר פאסירן ביים מולד, ד"ה הייסט אדער ראש חודש אדער ערב ראש חודש.

נאך 18 יאר 11 טעג און 8 שעה קומען די ערד, לבנה און זון צוריק צום זעלבן ארט, איז נאך דער לענג צייט פון א ליקוי חמה וועט שטענדיג זיין נאך א ליקוי. ווען די זון איז אינגאנצן באדעקט, און עס ווערט פינסטער אינמיטן טאג, הייסט דאס א טאטאלע ליקוי. ווען די לבנה באדעקט נאר א טייל פון דער זון הייסט דאס א טיילווייזע ליקוי. א טאטאלע ליקוי חמה קען נישט דויערן לענגער ווי זיבן און א האלב מינוט.

אין א גאנצער ליקוי חמה טוט די לבנה אינגאנצן באדעקן די זון דורכאויס עטליכע מינוט. אין א טיילווייזער ליקוי בלייבט א טייל פון דער זון זעבאר די גאנצע צייט. ווען דער לבנה איז צו ווייט פון דער ערד מאכט זיך אנשטאט א גאנצע ליקוי א רינג ליקוי, ווען די זון לאזט איבער א רינג וואס מען קען זען.

כאטש די זון איז 400 מאל גרעסער פון דער לבנה, זעט אויס די לבנה פון דער ערד כמעט די זעלבע גרייס ווי די זון, ווייל די זון איז בערך 400 מאל ווייטער פון דער ערד ווי די לבנה.

אין אידישקייט

די גמרא גיט צו פארשטיין אז א ליקוי מאורות פאסירט ווען דער אייבערשטער דערצערנט זיך אויף דער וועלט:

בזמן שהחמה לוקה סימן רע לכל העולם כולו. משל למה הדבר דומה, למלך בשר ודם שעשה סעודה לעבדיו והניח פנס לפניהם. כעס עליהם ואמר לעבדו טול פנס מפניהם והושיבם בחושך...לוקה במזרח סימן רע ליושבי מזרח, במערב סימן רע ליושבי מערב, באמצע הרקיע סימן רע לכל העולם כולו

גאנצע ליקוי חמה אין היסטאריע

22סטן יולי 2009[1]

 
די ליקוי חמה אין ניי דעלי, אינדיע
 
גאנג פון דער ליקוי

די גאנצע ליקוי חמה פונעם 22סטן יולי 2009 איז א גאנצע ליקוי חמה ווען די זון איז געווען אינגאנצן באדעקט במשך 6:39 מינוט. דאס איז די 37סטע ליקוי פון סה"כ 71 אין דער 136סטער סאראס סעריע. די ליקוי איז געווען זעבאר בעיקר אינעם ראיאן פון כינע און צענטראל אזיע.

די ליקוי חמה איז געווען די לענגסטע זייטן אנהייב פונעם 21סטן יארהונדערט. די נעקסטע ליקוי וואס דויערט לענגער וועט נאר זיין ערשט אינעם 13טן יוני 2132.

ביי דער ליקוי, האט דער שאטן פון דער לבנה אנגעהויבן אין צפון מערב אינדיע נאענט צו מומביי, און ווייטערגעגאנגען צו מזרח דורך נעפאל, צפון באנגלאדעש און בהוטאן, צפון מיאנמאר, אדורך צענטראלער כינע ביזן פאציפישן אקעאן. א טיילווייזער שאטן איז געווען זעבאר אין ברייטע ראיאנען פון דרום-מזרח אזיע און צפון מזרח אקעאניע.

די גאנצע ליקוי האט אנגעהויבן 00:51 (לויט UTC). די לענגסטע ליקוי (6:39 מינוט) האט פאסירט 02:35 איבערן פאציפישן אקעאן, בערך 100 קילאמעטער דרום פון די באנין אינזלען, וואס זענען דרום פון יאפאן.

21סטן אויגוסט 2017

 
די ליקוי חמה אין ברוקלין, ניו יארק
 
גאנג פון דער ליקוי

די גאנצע ליקוי חמה פונעם 21סטן אויגוסט 2017 (כ"ט אב תשע"ז) איז א גאנצע ליקוי חמה ווען די זון איז געווען אינגאנצן באדעקט במשך 2:41 מינוט. דאס איז די 22סטע ליקוי פון סה"כ 77 אין דער 145סטער סאראס סעריע. די ליקוי איז געווען זעבאר בעיקר אין די פאראייניגטע שטאטן.

די גאנצע ליקוי איז געווען זעבאר אין א שמאלן קארידאר פון ארעגאן אין מערב ביז דרום קאראליינע אין מזרח.

די גאנצע ליקוי האט אנגעהויבן 16:48:32 (לויט UTC) און האט געענדיגט 20:01:35 UTC. די שפיץ לענגסטע ליקוי (2:41 מינוט) האט פאסירט 18:26:40.

דאס איז די ערשטע ליקוי חמה וואס איז געווען גאנץ נאר אין די פאראייניגטע שטאטן זייט דער גרינדונג פונעם לאנד אין 1776.

דרויסנדיגע לינקס

ליקוי חמה, א זעלטענע זאך אויף כיכר השבת (אויף העברעיש).


די זון סיסטעם
 
 
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. * אבי בליזובסקי, ב-22 ביולי - ליקוי החמה הארוך ביותר, 9 ביולי 2009, אתר הידען