לשנה הבאה בירושלים
לְשָׁנָה הַבָּאָה בִּירוּשָׁלַיִם, וואס מיינט אויף אידיש "קומענדיגע יאר אין ירושלים", איז א באקאנטע פראזע וואס ווערט געזאגט ביי דער ענדע פון די סדר פסח ביינאכט, און ביי מזרח-אייראפעאישע קהילות אויך ביים ענדע פון נעילה אויף יום כיפור. די פראזע דרוקט אויס האפענונג און וואונטש פאר דער גאולה און א צוריקקער צו ירושלים.
מקור
די פראזע "לשנה הבאה בירושלים" ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך, ש"ס, אדער סיי וועלכע פון די הגדות פון די פריע ראשונים. שולמית אליצור טענה'ט אז די פראזע האט ווארשיינליך אריגינעל געווען ווי אן ענטפער-אויסדרוק, ענליך צו "אמן"[1].
דער ערשטער דאקומענטירטער ערשיינונג פון דעם וואונטש איז אין א פיוט פון דעם ספרדישן רבי יוסף אבן אביתור (ענדע 10'טער יארהונדערט). זיין פיוט "אאמיר מסתתר", וועלכע איז געפונען געווארן אין דער קאירא גניזה און ערשיינט אין פילע אשכנזישע מחזורים ביי די פיוטים פאר שבת הגדול[2], ענדיגט זיך מיט דער פראזע: "בירושלים לשנה הבאה". אין דעם סליחה פאר נעילה "ידידיך מאמש" פון רבי יהודה אבן גיאת (11'טער יארהונדערט) ערשיינט די פראזע אין די מער באקאנטע ווערסיע, "לשנה הבאה בירושלים"[3].
די פּאָפּולאַריטעט פון דער פראזע איז געוואקסן נאך די 11'טן-12'טן יארהונדערט, מעגליך א רעזולטאט פון דצרות פון קרייצצוגער. פון די עלטסטע הגדות וואס אנטהאלטן די פראזע זענען די "פויגל-קאפּ הגדה" (פון פריע 14טן יארהונדערט, ריינלאַנד) און די "באַרסעלאָנאַ הגדה" (פון 1370)[4]. דער ערשטער וואס דאקומענטירט דעם מנהג פון עס זאגן ביים סדר איז רבי יצחק אייזיק טירנא אין זיין "ספר המנהגים" (15'טן יארהונדערט)[5], ביים 16'טן יארהונדערט, ווען הגדות זענען שוין געדרוקט געווארן, איז עס געווען א סטאנדארט.
באנוץ און סימבאָליזם
פון נאכ'ן חורבן בית שני איז די האפענונג צו ביאת המשיח און קיבוץ גלויות, און אז דער בית המקדש זאל ווידער אויפגעבויט ווערן א דריטן מאל, געווארן גאר צענטראל אין אידישקייט. בקשות פאר'ן אויפבוי פונעם בית המקדש און ירושלים ווערן אפט דערמאנט אין די תפילות. דער וואונטש "לשנה הבאה בירושלים" ווערט געזאגט ביי געלעגנהייטן וואס קומען איינמאל א יאר. עס ווערט געזען אלס אן אופן צו דערמאנען ירושלים ביי גרויסע געלעגנהייטן, ווי אויך איז עס אן אויסדרוק פון אונזער אמונה איבער אחרית הימים. עס ווערט געזען אלס אויסדרוק צו די האפענונג וואס האלטן אונטער די אידישע גייסט אין אלע זמנים[6].
דער פשוט'ער באדייט פונעם בקשה איז איז אז קומענדיגע יאר, ווען מיר וועלן ווידער אמאל טון דאס וואס מ'טוט יערליך, זאל מיר שוין זיין אין ירושלים. וויבאלד אויבנאויף טוט די בקשה אפשטופן די גאולה ביז איבער א יאר, זענען געזאגט געווארן פארשידענע פשטים דערין[7].
די פראזע ווערט גענוצט בעיקר אין די צוויי געלעגנהייטן:
- דער סדר פון פסח ביינאכט פירט אויס מיט די פראזע.
- אין מזרח אייראפעאישע קהילות, אריינגערעכנט פוילן, האט מען זיך געפירט צו זאגן די פראזע ביים ענדע פון נעילה, דער לעצטער תפילה פון יום כיפור[8][9]. אין אנדערע קהילות איז דאס נישט איינגעפירט.
מאדערנע ענדערונגען און קאנטראווערסיעס
אין ארץ ישראל זענען פארהאן אזעלכע וואס לייגן צו א ווארט צו דער פראזע "לשנה הבאה בירושלים הבנויה", און עס ווערט באצייכנט אלס "נוסח ארץ ישראל" אדער "נוסח ירושלים"[10]. די צוגאב פון "הבנויה" האט זיך אנגעהויבן אין ארץ ישראל אין 20'טן יארהונדערט, ארום די שפּעטע 1920'ער אָדער פריע 1930'ער יארן. עס איז געווען באאיינפלוסט פון אימיגראנטן וואס זענען געקומען פון אייראפּע און אזיע בעת דער "פערטער עליה" (1924-1928)[11][12]. עס ווערט געברענגט בשם דעם סאטמארער רבי און דער בריסקער רב קעגנערשאפט צו דעם נוסח[10].
זינט דער זעקס טאגיגער מלחמה האבן מזרחיסטישע קרייזן אנגעהויבן צו זאגן און זינגען די תפילה ענדע דאווענען פון יום העצמאות און יום ירושלים. רבנים פון דעם מזרחי האבן אין געוויסע פעלער אויך געטוישט דעם נוסח צו "לשנה הזאת בירושלים הבנויה" אויסצודריקן זייער בליק אויף געוויסע געשעענישן[10].
אין אמעריקע איז די ענגלישע פראַזע "Next Year in Jerusalem" נישט ערשינען אין קיין אמעריקאנער הגדה פאר יאר 1942. דאס איז געווען צוליב מורא אז עס זאל נישט אויסזען ווי אידן האבן טאפעלטע לויאַליטעטן. דער ערשטער וואס האט דאס עפנטליך איבערגעזעצט אויף ענגליש איז געווען בצלאל רות (סעסיל ראָטה) אין ענגלאנד אין 1934. אין אמעריקע האט מאָריץ סאַמועל און די "de Sola Pool Haggadah" (וואס איז פארשפרייט געווארן צווישן אמעריקאנער סאלדאטן ביים צווייטן וועלט קריג) געבראכן דעם טאַבו, ווען די קאמף קעגן נאציזם און דער שטיצע פאר א אידישער מדינה האבן געוואקסן[13].
ניגונים
עס איז פארהאן א באקאנטע חסידישע ניגון אויף די ווערטער. אין טייל חסידישע הויפן זינגט מען די ניגון מיט מער ווערטער: "ישועת ה' כהרף עין, לשנה הבאה בירושלים, אנא ה' הושיעה נא, לשנה הבאה בירושלים הבנויה".
נאך א באוואוסטע ניגון וואס ווערט געזונגען ביי אסאך חרדישע חתונות איז ערשינען אין די אלבום פון מרדכי בן דוד, "אוהבי השם". א ברסלב'ער פיוט וואס מען זינגט פסח, לויפט אויף די א"ב "אדיר הוציאנו ממצרים, בחור יחזירנו לירושלים", און דערנאך די פזמון "לשנה הבאה בירושלים". אויף דעם זעלבן קאמפאזיציע, איז באקאנט פונעם ישוב הישן פון ירושלים, אויף די ווערטער "תמחה את זכר עמלק מתחת השמים, לשנה הבאה בירושלים".
ביבליאגראפיע
- הרב זאב גוטהולד, "לשנה הבאה בירושלים: עיון בפיוטים ומנהגים", אין: יעקב שויקה והרב חיים סבתו (עורכים), מנחת אהרן: מאסף תורני לזכרו של הרב אהרן שויקה זצ"ל, ירושלים תש"ם, עמ' 223–261[14].
- יעקב שלמה שיינברגר, "לשנה הבאה בירושלים", המבשר תורני 0437, חול המועד פסח תשע"ז, זייטן י-יא.
דרויסנדיגע לינקס
- "לשנה הבאה בירושלים 'הבנויה'", אשכול אויף אייוועלט
- לשנה הבאה בירושלים, בית חב"ד וועבזייטל.
- לשנה הבאה בירושלים הבנויה, ישיבה וועבזייטל.
- זוך אויף לשנה הבאה בירושלים אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ Ken Mondschein, “Next Year in Jerusalem”: The Medieval Origins of the Jewish Longing for a Homeland, Medievalists.net, April 22, 2024.
- ↑ שחרית לשבת הגדול, אויף וויקיטקסט.
- ↑ שולמית אליצור, "בין יוסף ליוסף: לזהות מחברו של יוצר קדום", תרביץ עא [א–ב] (תשרי–אדר תשס"ב), עמ' 85; הנ"ל, "כהיום הזה בירושלים: למקורה, לתפוצתה ולגלגוליה של תפילה לסיום טקסים", תרביץ פה [ב] (טבת תשע"ח), עמ' 305.
- ↑ George E. Johnson, Jewish Word | Why We Say ‘Next Year in Jerusalem’, Moment Magazine, April 4, 2022.
- ↑ רבי יצחק אייזיק טירנא, ספר המנהגים, מכון ירושלים, תש"ס, עמ' נא (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- ↑ גוטהולד, עיון.
- ↑ זע רבי יואל טייטלבוים, הגדה של פסח מהר"י ט"ב, ברוקלין תשכ"ט, זייט קצג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); הנ"ל, דברי יואל על התורה ו, ברוקלין תשס"ה, זייט קעא; רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, שפע חיים תורה ומועדים יב, ברוקלין תשס"ו, זייט יא; רבי מנחם מנדל שניאורסאהן, תורת מנחם ה, עמ' 119, ברוקלין תשנ"ו.
- ↑ זע רבי ידידיה טיאה ווייל, לבושי בדים, ירושלים, תשמ"ח, עמ' קצו (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- ↑ מטה אפרים סימן תרכ"ג סעיף ז'; משנה ברורה, סימן תרכ"ג, סעיף קטן י"ג.
- ↑ 10.0 10.1 10.2 מרדכי צבי ציון, בשובי לירושלים, ירושלים תשע"ט, עמ' קכה–קלב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
- ↑ Avraham Roos, Next Year in Jerusalem "Habenuya"?, Jewish Digital Humanities, Mar 31, 2019.
- ↑ זע רבי גבריאל ציננער, נטעי גבריאל יום הכיפורים, ירושלים תשס"א, עמ' תכז, הערה לח בשם רבי חיים נאה.
- ↑ Jonathan Sarna, "The Unspoken Taboo", Segula, no. 64 (March 2023): 42-55; idem, 'The Transformation of “Next Year in Jerusalem” in the Postwar American Haggadah', in Richard I. Cohen (ed.), Jerusalem ?Transformed: Politics, Culture, and Hidden Corners (July 2024): 1-24.
- ↑ איבערגעדרוקט געווארן אין: זאב גוטהולד, תחכמון: אוסף מאמרים על ערכי היהדות, ירושלים תש"ע, חלק ב', עמ' 60–106.