באַניצער:שווערמער/ארטיקלען/פערארא

< באַניצער:שווערמער‏ | ארטיקלען
ווערסיע פון 01:36, 25 יולי 2025 דורך שווערמער (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> '''פְרוֹרָה''' (גריכיש: Φερώρας, "פעראָראַס"; בערך 68 פצ"ר - בערך 5 פצ"ר), געבוירן מסתמא אין מרשה (אדום), איז געווען דער יונגסטער זון פון אנטיפטר האדומי און זיין ווייב קִפְּרוֹן, און א יונגערער ברודער פון הורדוס...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
Bucket in the sand.svg
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.
דער בלאט איז נישט קיין ענציקלאפעדישע ארטיקל
דער בלאט איז א דרעפט פון שווערמער.

פְרוֹרָה (גריכיש: Φερώρας, "פעראָראַס"; בערך 68 פצ"ר - בערך 5 פצ"ר), געבוירן מסתמא אין מרשה (אדום), איז געווען דער יונגסטער זון פון אנטיפטר האדומי און זיין ווייב קִפְּרוֹן, און א יונגערער ברודער פון הורדוס.

זיין ערשטע ווייב איז געווען א שוועסטער פון מרים (הורדוס' ווייב), א שידוך וואס ווערט צוגעשריבן צו הורדוס. ווען די ווייב איז געשטארבן האט הורדוס אים פארשפראכן זיין עלטסטע טאכטער פון מרים, שלומציון, אבער צוליב א ליבשאפט צו א "שקלאפין-מיידל", וועמענ'ס "רייץ" האבן אים "איבערוועלטיגט", האט ער אפגעזאגט דעם שידוך[1]. א צייט שפעטער האט הורדוס אים געבעטן צו חתונה האבן מיט שלומציונ'ס יונגערע שוועסטער קיפרון, און אין אנהייב האט פרורה צוגעשטימט, אבער שפעטער האט ער ווידער אפגעזאגט און איז געבליבן חתונה געהאט מיט זיין ווייב, וואס איז געווען זייער אומצופרידן מיט הורדוס'ן, און איז געווען פארמישט אין פארשידענע קאנספיראציעס קעגן אים[2].

פרורה איז געווען א נאנטער מיט-קעמפער פון זיין ברודער הורדוס, אויף וועמענ'ס באפעל ער האט אויפגעבויט די פעסטונג פון אלעקסאנדרעאום צפון פון יריחו[3].

רעפערענצן