רוי:יבום

ווערסיע פון 00:35, 3 נאוועמבער 2013 דורך YI>פוילישער (געשאַפֿן בלאַט מיט ' '''ייבום''' איז א מצוה אין דער תורה, אז א ברודער דארף '''מיַבם''' זיין (הייראטן) זיין שוועג...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ייבום איז א מצוה אין דער תורה, אז א ברודער דארף מיַבם זיין (הייראטן) זיין שוועגערין (זיין ברודערס אלמנה), אין א פאל ווען ער שטארבט אן צו לאזן איבער זרע של קיימא (אדער א טראגעדיקע ווייב).

די תורה זאגט אז דער צוועק פון דער מצוה בכך איז פארן ברודער להקים שם לאחיו (שטעלן א נאמען פאר זיין טויטן ברודער) דורך האבן קינדער פון זיין ווייב; טייל מפרשים זאגן אז די הקמת שם איז אז מען גיט א נאמען דאס קינד נאכן טויטן פעטער, אנדערע האלטן אז מען רופט דאס קינד בן פלוני (דעם געשטארבענעם ברודער און נישט דער זון פון זיין טאטן.[1]

אין א פאל ווען אלע ברודער זאגן אפ פון ייבום דארף מען מאכן א חליצה צערעמאניע ווען די פרוי שפייט פאר אים.[2]

רעפערענצן

  1. פירוש פון די אבן עזרא און מלבי"ם צו ספר דברי הימים א ג יט
  2. אמר רבי יוסי..איהו לא בעי ולפיכך עבדית ליה קלנא, מאי קלנא? יורקת בפניו. נידון בבושה למורה -מדרש הגדול בראשית לח ח

מוסטער:הלכה מוסטער:יידישקייט-שטומף