רוי:רבי יהודה הלוי
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
רבי יהודה הלוי, דער בארימטער משורר, דיכטער, פּייטן בחסד עליון, תלמודיסט, פילאזאף איז איינער פון די קאלירפולסטע פּערזענליכקייטן אין דער העברעאישער, לשון הקודש’דיגער און ליטורגישער [רעליגיעזער, תפילה’דיגער] ליטעראטור, פון דער "גאָלדענער עפּאָכע". און דערצו נאך איז ער איינער פון די וויכטיגסטע אידישע פילאזאפן פון דעם מיטלאלטער.
ער איז געבוירן געווארן אין טאָלידא, דרום קאסטיליע, שפּאניע אין דעם יאר 1085, אדער 1086, ווען רש"י ז"ל איז געווען אלט א פינף- אדער זעקס-און-פערציג יאר. זיין פאטער ר’ שמואל האט געשיקט זיין בן יחיד יהודה לערנען אין דער ישיבה פון רבי יצחק אלפסי, באקאנט אויך אלס רי"ף, אלפס, אין דער שטאט לוסינא, שפּאניע. דארט האט ער זיך גע’חבר’ט מיט רבי יוסף בן מאיר, דעם ריף’ס תלמיד ותיק אויף וועלכן דער רי"ף האט געזאגט אז: אפילו אין משה רבינו’ס דור האט נישט געפינען זיך זיין גלייכן אין חכמה און אין פארשטאנד; און ער האט אים באשטימט אלס זיין נאכפאלגער, כאטש זיין אייגענער זון ר’ יעקב איז אויך געווען גרויס אין תורה און אין חכמה; און מיט ר’ ברוך אבן אַלבאַליאַ, וועמענס פאטער ר’ יצחק אבן אַלבאַליאַ איז געווען איינער פון רי“ף’ס שטארקסטע צוויי קעגנערס.
אויף דעם ריף’ס מצבה געפינט זיך זיין תלמיד יהודה’ס עפּיטאַף:
"הרים ביום סיני לך רעשו כי מלאכי האל בך פּגשו
ויכתבו תורה בלוחות לבך וצבי כתריה לך חבשו
לא עצרו כח נבונים לעמוד לולא תבונות ממך דרשו".
גלייכצייטיג האט הלוי געלערנט אויך אראביש, די ליטעראטור שפּראך פון יענער עפּאכע, גריכישע און אראבישע פילאזאפיע און אויך מעדיצין. ס'איז פאראן א מיינונג אז ער איז געווען אַ מעדיצין דאקטאר. וועגן דער גריכישער וויסנשאפט [ליטעראטור] האט ער קיין געהויבענע מיינונג. ער זאגט "אין לה פּרי כי אם פּרחים", זי ענטהאלט קיינע פרוכט, נאר בלויז בלומען.
זייענדיג אבער באַזעלט מיט א פּאָעטישער, דיכטערישער נשמה, און גלייכצייטיג א הייסער ליב-האבער פון לשון הקודש, און פרום, רעליגיעז געזינען [געזאָנען]; און דער שירה גייסט, די פּאעטישע מוזע האט אנגעהויבן צו צימבלען אויף די סטרונעס פון זיין הארץ, פון זיין נשמה, האט ער גענומען זיך צו דער פּען. און שוין אין זיין פריער יוגנט האט ער אנגעהויבן צו אויסלייגן זיין גייסטיגע פרוכט אויף פּאפּיר. קיין קלענערער ווי דער בארימטער משורר, דער קלאסישער דיכטער ר’ משה אבן עזרא ז"ל, האט געלויבט זיינע יוגנט שירים, פּאעמעס. און ער איז געווארן איינער פון די גרעסטע רעליגיעזע דיכטערס אין אונזער ליטורגישער, תפילה'דיגער ליטעראטור אין אלע צייטן.
איבער דריי הונדערט פון זיינע שירים, פּאָעמעס, און פּיוטים, ליטורגישע דיכטונגען, געפינען זיך אין די סידורים, מחזורים, סליחות און קינות.
ר’ יהודה אלחריזי זאָגט אין ספר תחכמוני חלק ג, פּרק יח צווישן אנדערס:
"שירי הלוי ר’ יהודה
לוית חן לה לראש התעודה…
הוא בא באוצר השיר ושלל בית נכותה
ולקח כל כלי חמדתו
ויצא וסגר השער אחרי צאתו,
וכל היוצאים בעקבותיו
ללמוד מלאכת שירותיו
לא השיגו אבק מרכבותיו . ..,
כי במלאכת הפּיוט לשונו ברור ושחוט,
ובשירי תפילותיו ימשוך כל לב ויכבשנו,
ובשירי חשק ניבו כשכבת הטל וגחלים
בוערים ממנו,
ובקינותיו יזיל ענן היכי ויבקיענו.
ואם יחבר אגרת או מגילה,
תמצא כל מליצה יפה בר כלולה ;
כאלו מכוכבי רום גדולה
או מרוח הקדש אצולה.
ובאהל השיר נפתחו לו שערי גבוהים,
כי שם נגלו אליו האלקים . . . “