רוי:יחזקאל קאטיק

ווערסיע פון 12:34, 22 אפריל 2020 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

יחזקאל קאָטיק ( ח' ניסן תר"ז – ט' אב תרפ"א) איז געווען אַ משכיל פון חסיד'ישן אָפּשטאַם פון קאַמענעץ, ליטע. ער איז באַקאַנט דערהויפּט פאַר זײַנע אָפּגעשריבענע זכרונות מײנע זכרונות... זכרונות פון יחזקאל קאָטיק.

ביאָגראַפישע נאָטיצן

זײַן זיידע

לויט קאָטיק'ס באַריכטן איז זײַן זיידע אהרן לייזער קאָטיק געווען אַ קאמענעצער איד, אַן עושר מיט פאַרצווײַגטע מסחר און נאָנטע פאַרבינדונגען מיט די אַרומיגע פריצים און אַדעל-לײַט. אויך איז ער געווען אַ פאַרברענטער מתנגד, און אַ שטיקל גבר אלם.

זײַן פאָטער

קאָטיק'ס פאָטער משה קאָטיק האָט זיך אין זײַן יוגנד אײַנגעשלאָסן אין רבי משה קאָברינער זצ"ל און איז געוואָרן א פײַערדיגער חסיד. משה קאָטיק איז אויך געווען א סוחר, אָבער ער האָט אויך פיל צײַט פאַרבראַכט אין קאָברין בײַ זײַן רבי'ן דער קאָברינער, און אין קאַמענעץ איז ער געווען שטענדיג פאַרנומען מיט מאַכן חסיד'ישע צוזאַמקומס וואו מען פלעגט זינגען, טאַנצן, עסן, פערציילן מעשיות פון רבי'ן און נאָך אַזעלכע חסיד'ישע ענינים.

מיט דער פטירה פון רבי משה קאָברינער איז משה קאָטיק געווען פון די יחידי סגולה וואָס האָבן אויסגעקליבן רבי אברהם סלאָנימער אויף צו פירן די רביסטעווע.

קאָטיק'ס ערציאונג

יחזקאל קאָטיק איז אויפגעוואָקסן אין דער חסיד'ישער אַטמאָספערע, וואָס האָט אויף אים געמאַכט אַ טיפן אײַנדרוק, סײַ פּאָזיטיוו און סײַ נעגאַטיוו. אין די שפּעטערדיגע יאָרן האָט ער בועט געווען אין דעם בלינדן התקשרות צו אַ רבי'ן און אָפּגעלאַכט פון דעם גאַנצן חסיד'ישן התנהגות. מיט די יאָרן איז ער געוואָרן אין גאַנצן אַ משכיל.

קאָטיק האָט געוואוינט פילע יאָרן אין וואַרשע, וואו ער האָט אָנגעפירט מיט פאַרשידענע משכיל'ישע אַקטיוויטעטן. ער האָט געגרינדעט געזעלשאַפטליכע געמיינדעס און איז געווען אין נאָנטע פאַרבינדונג מיט משכיל'ישע פירער.

אַ גאָר אינטערעסאַנטע סעריע בריוו האָט ער געשריבן צום באַקאַנטן אידיש שרײַבער שלום עליכם. כאָטש די בריוו פון שלום עליכם צו אים אויף צוריק האָבן מיר נישט הײַנט, ווײַזט זיך אָבער אויס פון קאָטיק'ס אייגענע בריוו אַז שלום עליכם האָט אים שטאַרק געשעצט.

זײַנע זכרונות

קאָטיק'ס זכרונות זענען אַן אוצר פון ידיעות אויף דאס אמאליגן לעבן אין ליטא-פוילן פאר חוקרים און סתם ליינער צוגלייך. ער שילדערט פארביג דאס לעבן אין דעם אמאליגן שטעטל, די התנהגות פון די ארומיגע פריצים און זייערע פארבינדונגען מיט די אידן, דער אויסזען פון די שטעטלדיגע חדרים מיט אירע פארשידענע סארטן מלמדים -- ביידע די אכזרים און די באליבטע, דער צוגאנג צו שידוכים -- ווי מען האט אפט חתונה געמאכט קינדער אזוי יונג ווי אכט יאר אלט, און די התנהגות פון די אמאליגע חסידים -- ער שילדערט צוגלייך זייער התנהגות אין עבודת ה', זייער פאנאטישקייט, און זייערע טעראריסטישע שטיק ווען מען האט זיך מיט זיי אנגעהויבן.

די זכרונות זענען געשריבן געווארן ארגינעל אין יידיש, און איבערגעזעצט געווארן אויף העברעאיש דורכ'ן באקאנטן היסטאריקער פון חסידות דוד אסף.


וועבלינקען