דרעפט:אכלו משמנים

ווערסיע פון 01:57, 18 דעצעמבער 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וְסוֹלֶת רְבוּכָה
תּוֹרִים וּבְנֵי יוֹנָה שַׁבָּת וַחֲנוּכָּה

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

בַּרְבּוּרִים אֲבוּסִים בְּשַׁפּוּדִים צְלוּיִם
וְכָלִיל לָאִישִׁים אֶחָד מִן הַמְנוּיִם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

רַךְ וָטוֹב וְשָׁמֵן צְלִי אֵשׁ וּמַצּוֹת
עֲנוּ וְאִמְרוּ אָמֵן וְאִכְלוּ בְּדִיצוֹת

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

הַקּוֹלוֹת יֶחֱדָלוּן מִנִּסּוּךְ הַמָּיִם
בְּבֵית הַיַּיִן נָלוּן בְּכֹל יוֹם פַּעֲמָיִם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

מִקּוֹלוֹת מַיִם רַבִּים תְּצִּלֶנָה אָזְנֵיכֶם
וְכָל מִשְׁרַת דַּם עֲנָבִים לֹא יָמוּשׁ מִפִּיכֶם

הַאי הַאי בֵּית כּוֹר תִּמְכּוֹר תַּחְכּוֹר
תִּשְׂכּוֹר בֵּית כּוֹר לְצוֹרֶךְ שַׁבָּת חֲנֻכָּה

תווים ללחן לפיוט שהולחן בחצרות החסידים של מזרח אירופה

אכלו משמנים איז א פארצייטישע זמירות אויף די סעודה פון שבת חנוכה.

מחבר

דער מחבר פונעם זמר איז אנגעצייכנט אויף די אקראסטיך אלס אברהם, עס איז אבער נישט באקאנט מער פרטים איבער אים. עס איז פארהאן וואס האבן עס מייחס געווען צו רבי אברהם אבן עזרא[1], אבער דאס געבוי פונעם זמר איז בכלל נישט ווי דעם אבן עזרא'ס שירים.

אויפנאמע

מען געפונט דעם זמר געדרוקט אין בענטשערלעך און אין זמירות'לעך געדרוקט אין אשכנז דורכאויס די יארן. צום ערשט געפונעט מען דאס אין א בענטשערל געדרוקט אין פראג יאר רע"ה, זייט ביי זייט מיט א זמר אויף פורים מיט'ן זעלבן געבוי און אקראסטיך[2].

אין שו"ת מהר"י מברונא[3] שטייט אז דער פיוט איז נישט נתחבר געווארן דורך א תלמיד חכם, וויבאלד די סעודות אום חנוכה זענען נישט קיין סעודות מצוה. אנדערע זענען געגאנגען נאך ווייטער, און דרוקן זיך אויס אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך ליידיגגייער, און אז דער אינהאלט באשטעטיגט דאס[4].

פון די אנדערע זייט זענען געווען צדיקים וואס זיך געפירט דאס צו זינגען ביים טיש (חסידות), צווישן זיי רבי פנחס קאריצער, די הויפן פון טשערנאביל, באבוב און נאך.

אינהאלט

דער תוכן פונעם זמר רעדט זיך ארום די סעודה פון שבת חנוכה, און רעכנט אויס פארשידענע נארהאפטיגע שפייזן וואס מען זאל איינקויפם לכבוד שבת חנוכה. עס דערמאנט אויך אז מען זאל פארקויפן פעלדער צו קענען איינקויפן אויף שבת חנוכה, און אז מען וועט נעכטיגן יעדן טאג צו מאל אינעם "וויין שטיבל".

די ווערטער "בית כור תמכור תחכור, תשכור בית כור" זענען עטוואס אומפארשטענדליך. עס זענען דא וואס שפעקולירן אז די ווערטער "בית כור" איז א ווערטער-שפיל וואס באציט זיך אויף א "באס-קור" - דאס איז ווי מ'האט גערופן אין מערב-אייראפע א הויף צו שטאפן עופות, און די כוונה איז "בית כור תמכור", מען זאל פארקויפן א פעלד, און מיט די געלט "תשכור באס-קור" זאל מען איינהאנדלען געשטאפטע עופות אויף שבת חנוכה[1].

ביבליאגראפיע

  • יעקב שמואל שפיגל, 'על השיר 'אכלו משמנים' לשבת חנוכה', פתחי תפילה ומועד, ירושלים תש"ע, זייטן 339-349.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 הובא בעלון 'מאורות הדף היומי', י"ב כסלו תש"ע, מדור "פנינים".
  2. ברכת המזון וזמירות
  3. סי' קלז.
  4. אורחות חיים, סימן תרע סעיף ח.