רוי:יוסף פרץ ביללער

ווערסיע פון 17:07, 12 דעצעמבער 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דבר בעטו)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

יוסף פרץ ביללער איז א איד פון מאנסי וואס שרייבט אויף נאטור און וויסנשאפליכע פארשונגען. ער איז דער רעדאקטאר פון דבר בעטו, א חודשליכע אויסגאבע פאר קינדער.

געשיכטע

ער איז געבוירן אין מאנסי, און אלס קינד האט ער געלערנט אין דעם סקווירער חדר, ווי פילע פון די מאנסיער חסידישע אידן, וואס האבן דארטן געשיקט זייערע קינדער, זייענדיג דאס איינציגע חסיד'ישע בית חינוך אין דעם אומגעגנט, טראץ דעם וואס זיי האבן נישט אנגעקערט צו דעם סקווירער קרייז.

במשך אכט יאר, פון תשנ"א ביז תשנ"ט, האט ער ארויסגעגעבן יפה בעתו, אן אויסגאבע בעיקר געווידמעט פאר קינדער. אין א צירקע פון די אכט יאר זענען ארויסגעקומען פונקטלעך 100 אויסגאבעס. אין תשנ"ט האט ער פארמאכט יפה בעתו.

נאכדעם וואס די אויסגאבע האט זיך פארשפארט האט הרב בילער אנגעפאנגען שרייבן די קינדער-אפטיילונג פון דער אויסגאבע דער בליק וואס האט זיך דאן געעפנט. בערך אין יאר תשס"ה איז ער אריבער צו דער פלאם.

שפעטער, אין ניסן תשס"ז, האט ער אנגעהויבן צוריק ארויסצוגעבן אן אייגענע אויסגאבע, אביסל ענליך צו דעם יפה בעתו, מיטן נאמען "דבר בעטו", אבער עס איז מער גראפיש און קאליריק, אזוי אז עס איז פיל מער ציענדיג און אינטערעסאנט.

זיין לעבנסשטייגער איז פון דעם ווייסע סלאנימער חסידות וואס איז באזירט אין ירושלים.

דרויסנדיגע לינקס

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!