דרעפט:טשעטשניע

ווערסיע פון 05:57, 31 אקטאבער 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס״ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

טשעטשניע איז אַן אויטאנאמישע רעפּובליק וואס ציהט זיך איבער א שטרעקע פון 4,750 קוואַדראַט מייל סטאנציאנירט אין די צפון קאווקאזן פון דרום רוסלאַנד, און איז היים צו קנאפע אנדערהאלבן מיליאָן מענטשן, א מערהייט פון זיי זענען מוסלעמענער. איר פירער, ראַמזאַן קאַדיראָוו, האָט כּסדר אונטערדרוקט זיינע פאליטישע קעגנער זינט ער איז געקומען צו דער מאַכט אין 2007 ווען ער איז נאמינירט געווארן דורך דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פּוטין, מיט וועמען ער האלט זיך נאָנט ביז היינט.


איבער די יאָרן זענען פאליטישע קעגנער - ווי אויך מענטשן-רעכט אַקטיוויסטן און זשורנאליסטן און זייערע פאמיליע מיטגלידער — אין טשעטשניע אויסגעשטאנען סטראשונקעס און פארכאפונגען, ארעסטן און טויט.

היסטאריע

דער טשעטשניער אויטאנאמישע ׳אָבלאסט׳ (ראיאן) איז געשאפן געווארן דורך די באלשעוויקן אין נאוועמבער 1920. אין 1934 איז עס צאמגעשמאלצן געווארן מיט די אינגוש אויטאנאמישער אבלאסט צו פארמירן א געמיינזאמע טשעטענ-אינגוש אויטאנאמישע ראיאן, וועלכע איז צוויי יאר דערויף געווארן דעזיגנירט אלס רעפובליק. דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג (1939-45) האט דער סאוויעטישער פירער יאזעף סטאלין באשולדיגט די טשעטשניער און אינגוש מיטן קאלאברירן מיט די דייטשן; דעריבער זענען ביידע גרופעס אויסגעשטאנען מאסן דעפארטאציעס צו צענטראל אזיע, און דער רעפובליק פון טשעטשענא-אינגושעטיע איז אויפגעלעזט געווארן. די פארשיקטע זענען שפעטער ערלויבט געווארן זיך צוריקצוקערן צו זייער היימלאנד, און דער רעפובליק איז ווידער-עטאבלירט געווארן אונטער׳ן סאוויעטישער פירער ניקיטא כרושטשאוו אין 1957.

מיט דעם שנעלן אונטערגאנג פון סאוויעטישן פארבאנד אין 1991 זענען סעפעראטיסטישע שטימונגען אויפגעקומען, און אום אויגוסט 1991 האט דזשאכאר דודאיעוו, א טשעטשניער פאליטיקאנט און אמאליגער גענעראל אינעם סאוויעטישן לופט-קרעפטן, אויסגעפירט א פוטש קעגן דער לאקאלער קאמוניסטער רעגירונג. דודאיעוו איז ערוועלט געווארן אלס טשעטשניער פרעזידענט אין אקטאבער, און אין נאוועמבער האט ער איינזייטיג דערקלערט טשעטשניע׳ס אומאפהענגיגקייט פון דער רוסישער פעדעראציע (שפעטער רוסלאנד). אין 1992 האט זיך טשעטשנא-אינגושעטיע צעטיילט אין צוויי באזונדערע רעפובליקן: טשעטשניע און אינגושעטיע. דודאיעוו האט אגרעסיוו נאכגעפאלגט נאציאנאליסטישע, אנטי-רוסישע פאליסיס, און דורכאויס 1994 האבן באוואפנטע טשעטשניער אפאזיציע גרופעס מיט רוסישע מיליטער אונטערשטיצונג פרובירט אומערפאלגרייך צו ארויסזען דודאיעוו.

אום דעצעמבער 11 1994 האבן רוסישע טרופן אינוואדירט טשעטשניע. די רוסישע קרעפטן זענען איבערגעקומען שטייפע ווידערשטאנד און האבן גענומען דעם הויפטשטאט גראזני (דזשאָכאר) אין מערץ 1995. טשעטשניע גורילע ווידערשטאנד האט אבער אנגעהאלטן, און א סעריע פון פייער-שטילשטאנדן זענען פארהאנדלט און פארלעצט געווארן. אין 1996 איז דודאיעוו אומגעברענגט געווארן ביי רוסישע שיסערייען, און דעם נאכפאלגנדן יאר איז דער אמאליגער גורילע פירער אסלאן מאסכאדאוו ערוועלט געווארן אלס פרעזידענט. רוסישער פרעזידענט באריס יעלצין און מאסכאדאוו האבן אונטערגעשריבן א פאָרלויפיגע פרידנס-פ‎אקט אין מאי 1997 אבער איבערגעלאזט דעם פראגע פון טשעטשניע׳ס עווענטועלע סטאטוס אומבאשלאסן. ס׳איז געשאצט געווארן אז ביז 100,000 מענטשן אין טשעטשניע זענען געשטארבן און מער ווי 400,000 זענען געצוואונגען געווארן צו פארלאזן זייערע היימען דורכאויס די 1990ער.

רוסישע טרופן, וועלכע האבן זיך צוריקגעצויגן פון טשעטשניע נאך די אפמאכן פון מיטל 1990ער, האבן זיך צוריקגעקערט אין ענדע 1999 נאך וואס פרעמיער מיניסטער וולאדימיר פוטין האט באשולדיגט טטשעטשניער סעפעראטיסטן פאר באמבארדירונגען וואס האבן אומגעברענגט אומצאליגע ציווילע אין רוסלאנד. (באווייז האבן קיינמאל אויפגעוויזן טשעשטניער פארמישונג אין די באמבארדירונגען.) שווערע קאמפן האבן זיך ווידער אנגעהויבן. ווען רוסישע קרעפטן האבן איבערגענומען קאנטראל פונעם רעפובליק האבן טשעטשניער קעמפער, זייענדיג אריינגעצוואונגען אין די בערג, פארגעזעצט צו אנווענדן גורילע טאקטיקן. אין אקטאבער 2002 האט א גרופע פון טשעטשניער מיליטאנטן פארכאפט א מאסקווער טעאטער און גענומען נאנט צו 700 ביישויער און פאָרשטעלער אלס משכונות. אינעם נאכפאלגנדן רעטונג אפעראציע זענען אומגעפער 130 משכונות געשטארבן-מערסטנס אין רעזולטאט פון אריינאטעמען א נארקאטישע גאז ארויסגעלאזט דורך זיכערהייט קרעפטן וואס האט געדארפט צו אומפעהיג מאכן די טשעטשניער. נאכפאלגנדיג דעם איצידענט האט רוסלאנד פארמערט מיליטערישע אפעראציעס אין טשעטשניע.

אין 2003 האבן טשעטשניער וויילער באשטעטיגט א נייער קאנסטיטוציע וואס האט געגעבן גרעסערע מאכטן פאר די טשעטשניער רעגירונג אבער האט געלאזט די רעפובליק אינעם פעדעראציע. דעם נאכפאלגנדן יאר איז דער רוסיש-געשטיצטער טשעטשניער פרעזידענט, אכמאד קאדיראוו, אומגעברענגט געווארן אין א באמבע אויפרייס אנגעבליך דורכגעפירט דורך טשעטשניער גורילעס. רוסישע קרעפטן, ווידעראום, האבן אומגעברענגט עטליכע העכסטע סעפאראטיסטישע פירער אין 2005 און 2006. מיט פוטין׳ס גוטהייסונג האט ראמזאן קאדיראוו, דער זון פון אכמאד קאדיראוו, באקומען די פרעזידענטשאפט אין 2007. אפלייקענענדיג באשולדיגונגען דורך מענטשן-רעכט גרופעס אז ער האט אנגעוואנדן פארכאפונג, פייניגונג, און מארד צו אונטערדריקן אפאזיציע, האט קאדיראוו אנגעהאלטן די שטיצע פון רוסלאנד, און אין אנהייב 2009 האט ער באהויפטעט אז די ווידערשטאנד איז צעטרעטן געווארן. יענעם אפריל האט דער רוסישער פרעזידענט דמיטרי מעדוועדעוו געמאלדן אז רוסלאנד האט געענדיגט אירע אויפשטאנדס-באקעמפונג אפעראציעס אינעם רעפובליק. טראץ דעם האבן ספ‎אָראדישע אויסברוכן פון געוואלדטאטן אנגעהאלטן צו געשען.