מוסטער:האט איר געוואוסט/327
►► | האט איר געוואוסט? דערפרישן די הויפט בלאט |
◄◄ |
---|
דער נאמען סליחות נעמט זיך פון דער באזונדערער סדר פון תחנונים וואס איז געווען איינגעפירט אין די טעג פון תענית ציבור (ווי דערמאנט אין משנה מסכת תענית), וואס מען פלעגט צולייגן אין די שמונה עשרה ביי די ברכה פון "סלח לנו". אין די צייטן פון די גאונים איז געווען א קלארע אונטערשייד צווישן די אריגינעלע "סליחות", און די געבעטן געזאגט אין עשרת ימי תשובה פארטאגס וועלכע האבן געהייסן "תחנונים" אדער "רחמין".