רוי:רבי יוסף יצחק יעקבסאן
יוסף יצחק יעקבסאן איז דער רעדאקטאר פון דער אידישער צייטונג דער אלגעמיינער זשורנאל און איינער פון די איינפלוסרייכסטע אידישע רעדנער היינט צו טאג.
אמאל
געבוירן געווארן כ"ט סיון תשל"ב, יוני דעם 11טן 1972, עטלעכע מאנאטן, אגב, נאך דעם וואס זיין פאטער ר' גרשון בער ז"ל האט געגרינדעט דעם אלגעמיינעם זשורנאל און מוטער צביה (ליפסקר). ער האט זיך געהאדעוועט אין די ליובאוויטשער ישיבות אין דעם קראון הייטס געגנט פון ברוקלין.אלס יונגער בחורל איז ער געווארן איינער פון די "חוזרים" פון דעם ליובאוויטשער רבי'ן, אדמו"ר ר' מנחם מענדל שניאורסאהן זצ"ל, איבערחזרנדיק זיינע שיחות צו טויזנטער צוהערער איבער דער וועלט. חתונה געהאט צו זעקס און צוואנציק יאר מיט אסתר אביגיל שלמה פון פיטסבורג.
געשמאק
זייער א געשמאקער ליבעראלער שמועסער, פול מיט ידיעות און כאריזמא. אן אינטערעסאנטער און אייגנארטיקער טיפ. א בן תורה און א תלמיד חכם. א הארציקער און ווארעמער פערזענלעכקייט.
משפיע און רעטאריקער
ער ווערט פאררעכנט אלס איינער פון די בעסטע דרשנים און מגידי שיעורים היינט צו טאג אין דער אידישער וועלט, א פה מפיק מרגליות. זיינע שיעורים, קלאסן און לעקציעס סיי אין נגלה און סיי אין חסידות, השקפה, מחשבת ישראל און היינטצייטיקע טעמעס זיינען א שם דבר אין דער וועלט. במשך פון יארן האט ער פארגעלערנט חסידות צו ליטווישע בחורים אין ליטווישע ישיבות, אין "בית התלמוד", "ד'מיר", און "תורה ודעת". ער האט במשך פון יארן געגעבן שיעורים אין חסידות אין "היכל מנחם", אין מאנסי און אין בארא פארק, פאר חסידישע און ליטווישע אידן פון כלערליי קרייזן, אריינרעכנדיק סאטמאראר בחורים און יונגעלייט. עס גיסן זיך פון זיין מויל גאנצענע שטיקער "דברי יואל", "חידושי תורה" און "ויואל משה", ווי אויך "קדושת לוי", "לקוטי מהר"ן", "פרי צדיק", רמח"ל, און זעלבסטפארשטענדלעך, אלע ספרי חב"ד. ער איז א דורכגעווייקטער חסידישער איד. בדרך הלצה קען מען זאגן אז אויב מ'וועט אים אויפשניידן דעם קליינעם פינגער וועלן זיך גיסן חסידישע השקפות, מאמרים און מעשיות אנשטאט בלוט. צו פופצן יאר האט ער שוין געדינט אלס א שרייבער פון דעם ליובאוויטשער רבין'ס שיחות, ארויסהעלפענדיק זיין עלטערן ברודער ר' סימון. דער טאטע ר' גרשון בער ע"ה פלעגט זיך גרויסן צו די סאטמארער אידן וואס האבן אים געווארנעט אז מיטן שרייבן קעגן סאטמאר וועט ער האבן קינדער וואס וועלן זיך שמד'ן, אז זיי זאלן קוקען אויף זיין זון ר' יוסף יצחק'ס חסידות, יראת שמים און לומדות, און זיך ווינטשען נאר אזעלכע משומדים פאר גאנץ כלל ישראל.
רעדאקטאר פון אלגעמיינעם זשורנאל
ווען זיין טאטע גרשון בער איז געשטארבן, כ"ף אייר תשס"ה, איז זיין עלטערער ברודער, ר' סימון, געווארן דער ארויסגעבער פון צייטונג, און ר' יוסף יצחק איז געווארן דער רעדאקטער פון זשורנאל.
אויך האבן זיי געפענט א וועבזייט, [1] וואס האט 30,000 ליינער וועכענטליך, און ווערט באנייט יעדע וואך.
זיי האבן פארוואנדלט די צייטונג אין א פרעכטיקע אויסגאבע, מיט א סך נייע שרייבער און גאר א סך תוכן און שיינע גראפיקע. אבער למעשה האט דער צייטונג נאך א סך צו וואקסן, און דער ברייטער עולם ערווארט גרויסע אנטוויקלונגען אין דעם צוקונפט פון צייטונג.
משגיח
יעקבסאן דינט אויך אלס מגיד שיעור און משפיע אין איינע פון די לויבאוויטשע ישיבות אין קראון הייטס, "חובבי תורה". די בחורים קלאמערן זיך צו אים, היות אז אין צוגאב צו זיין ווארעמקייט און זיינע אויסערגעוויינלעכע שיעורים, קען מען מיט אים ריידן זייער אפן וועגן נסיונות און ספיקות. זיין צוגאנג צו אידישקייט איז זייער אפן און ער האט נישט קיין מורא פון פראגעס און דילעמעס וואס א סך פון אונזער יוגנט האט. (דער וועלט בארימטער "מתתיהו" איז פון זיינע תלמידים)
כאריזמע
יש אומרים אז ער ווערט א קולט פיגור, ווייל ער איז היינט צוטאג דער איינציקער רעדנער פון חבד וואס ווען ער רעדט עפענען זיך אלע מיילער און א שטילשטאנד הערשט אין דעם קהל. זיינע דרשות זיינען לעגענדאר, מוראדיק אינטערעסאנט און פארכאפענדיק. ער באצויבערט דעם עולם אויף אן אייגנארטיקן אופן.
אבער אנדערע זאגן אז דער זארג איז אומבאזירט ווייל יוסף יצחק האלט זיך נישט פאר קיין צדיק... ער פירט זיך אויף א צוגענגלעכן און נארמאלן אופן.
טרעוולינג שליח
יעקבסאן קומט צוניץ פאר דער שלוחים נעץ איבער דער וועלט, וואס מוזן אהערשטעלן אינטערסאנטע בעלי דרשנים פאר זייערע אידן וואס ווערן נענטער צו תורה ומצוות און מ'דארף כסדר מאכן נייע אינטערסאנטע אקטיוויטעטן אנצוהאלטן זייער פייער און ענטוזיאזם צו אידישקייט. יוסף יצחק פארט טאקע ארום איבער דער גארער וועלט אויפטרעטן און עלעקטעריזירן די מאסן אידן אין די חב"ד הייזער און בכלל אין שוהלן, שולעס און כלערליי אידישע אינסטיטוציעס. ער איז היינט איינער פון די פאפולערסטע דרשנים.
זיינע ווערטלעך
פארשידענע אויסדרוקן פון אים: