א פיוט איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארום פון א געדיכט אדער ליד, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן צצו זאגן ביים דאווענען, אלס הוספה צו דער נוסח התפילה.

דער פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן, געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואסערע פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן.

היסטאריע

דאס ווארט פיוט שטאמט פון גריכישן ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]

מיר געפונען אין די תורה א צאל שירות וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער שירת הים. אין די נביאים געפונט זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי תהלים, שיר השירים און אשת חיל סוף ספר משלי.

זענען בעיקר געווארן פארשפרייט זענען די תקופת הגאונים און ווייטער. די גאונים רעכענען אויס די פארצייטישע פייטנים אלס: יוסי בן יוסי, יניי, רבי אלעזר הקליר, פינחס און יהושע[2].

נעמען

די פיוטים וועגן גערופן לויט נעמען, לויט דער צייט ווען מען זאגט דעם פיוט.

יוצרות

אין אריגינעלן טערמין האט זיך דאס באצויגן צו פיוטים וואס מען זאגט ביי די ערשטע ברכה פון ברכת קריאת שמע - יוצר אור. היינט איז דאס באנוצט אלס אלגעמייינער אויסדרוק פאר פיוטים אין אלגעמיין.

די פיוטים פון ברכת קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווען אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "יוצר" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע. די טיילן פון די פיוטים זענען אריינגעשטעלט געווארן צו זאגן אינערהאלב די ברכת קריאת שמע, און לויט טייל האט מען דאס געזאגט אנשטאט די אלגעמיינע נוסח.

די זיבן חלקים פון די "יוצר" סעריע זענען:

בעפאר קריאת שמע
א. יוצר - א פיוט וואס מען זאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל".
ב. אופן - א פיוט וואס מען זאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד".
ג. מאורה - א פיוט וואס מען זאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות".
ד. אהבה - א פיוט וואס מען זאגט בעפאר'ן אויסלאז הבוחר בעמו ישראל באהבה, איידער קריאת שמע.
נאך קריאת שמע
ה. זולת - א פיוט וואס מען זאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה.
ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים.
ז. גאולה - א פיוט פאר'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די פארצייטישע פיוטים הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...".

קרובות

די פיוטים וואס ווערן געזאגט דורכ'ן בעת תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערן אנגערופן קרובה (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז וערן זיי אויך גערופן קרובץ).

ווי אויך זענען פארהאן:

  • סליחות - זענען פיוטים וואס מען פלעגט זאגן ביי די ברכה פון "סלח לנו", אין א פאסט טאג. היינט פירט מען זיך אין רוב פלעצער דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה.
  • קינות -
  • זמירות -

קונסט און סטיל

די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, וואג, מליצות, און כינוים.

די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.

דער קלאסישער סטיל פיוט האט פארמאגט אקראסטיך פון די מחבר פונעם פיוט, און אויך לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.

די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.

די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").

רעפערענצן

  1. שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
  2. ספר האגרון