רוי:יוסף טרומפעלדאר

ווערסיע פון 10:50, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
יוסף אין די מונדירן ביי די ערשטע וועלט מלחמה.

יוסף וולאדימיראוויטש (וואלפאוויטש) טרומפעלדאר (א' טבת ה'תרמ"א - י"א אדר ה'תר"ף) איז געווען א ייד פון רוסלאנד, האט געדינט אין דער רוסישער ארמיי, געפאלן אין געפענגעניש צו די יאפאנער ביים רוסיש־יאפאנישן קריג אין 1908, נאכן ארויסקומען פון געפענגעניש איז ער ארומגעפארן, און ער איז געקומען קיין פאלעסטינע.

ער האט פארלוירן זיין האנט ביי דער מלחמה, און ער איז ערלויבט געווארן ארומצוגיין מיט א רעוואלווער, וואס געווענליך גייען נאר אפיצירן, אדער גענערעלער מיט אזעלכע געווער.

ביי די ערשטע וועלט מלחמה, האט ער צוזאמען מיט זאב זשאבאטינסקי, געגרינדעט די יידישע לעגיאן, און נאכן קריג איז ער פארבליבן אין פאלעסטינע. תל חי איז לויטן סייקס-פיקא פארשטענדעניש, געווען אונטערן פראצויזישן מאנדאט, און די אראבער האבן געוואלט זיין אונטער דער בריטישער מאנדאט, האבן זיי רעוואלטירט, און די ידן פון תל חי, האבן זיך געפילט אומזיכער, האבן זיי געבעטן פון טרומפעלדאר אז ער זאל זיי העלפן מיט פארטיידיגן זייער קיבוץ, ער איז געקומען, און ווען א בעדואינער שבט, האט געוואלט איבערקוקן דעם דארף, צו עס באהאלטן זיך נישט דארט אויס פראנצויזישע זעלנער, זענען זיי געקומען צום צימער ווי די מיידלעך האבן זיך אויסבאהאלטן, און ווארשיינליך האט א מיידל מיט געווער, געשאסן דעם בעדואינער הויפט, צוליב א פשוטע סיבה, און הערנדיג דעם שאס האט זיך אנגעפאנגען א שיסעריי, וואס אין די ענדע האבן זעקס פארלוירן די לעבן טרומפעלדאר אריינגערעכנט.

לויט דער לעגענדע, האט ער געזאגט נאכן פארווונדעט ווערן, איידער ער איז געשטארבן: "פאס נישט, עס איז גוט צו שטארבן פאר אונזער לאנד" (אין דבר, טוב למות בעד ארצנו).