רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויץ

רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש בעל 'אהלי ישועה' (געבוירן תרצ"א)

רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש (געבוירן תרצ"א, 1931) איז א בארימטער גאון אן צדיק אין שטאט בני ברק, ער דינט אלס ראש כולל "ישיבת כנסת בית אברהם" און ער איז דער מחבר פון די רייע ספרים "אהלי ישועה" אויף ש"ס.

רבי ישראל יצחק קאלמאנאוויטש
הרב קלמנוביץ.jpg

לעבנס געשיכטע

רבי ישראל יצחק איז געבוירן אין ווילנא צו זיין פאטער רבי אברהם קאלמאנאוויטש דער מירער ראש ישיבה אין אמעריקע און צו זיין מאמע לאה.

ער האט געלערנט אין די סאלאבאדקא ישיבה אין בני ברק. אין יענע יארן פלעגט ער זיך ווייקן ביים בריסקער רב רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק און רעדן מיט אים אין לערנען.

ער האט געהייראט רעבעצן צפורה (נפטר געווארן י"ב תמוז ה'תשפ"ג[1]), טאכטער פון רבי יצחק מאיר קארעלענשטיין. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין די סאלאבאדקא כולל. אלס יונגערמאן איז ער געווען פון די באטייליגטע ביים "שיעור חומש" פון רבי יחיאל מיכל פיינשטיין.

ווען עס האט זיך געפענט "ישיבת גאון יעקב" אין בני ברק האט רבי ישראל יצחק געדינט אלס ראש ישיבה און רבי דן סגל אלס משגיח רוחני. די ישיבה האט זיך שפעטער פארמאכט, און שפעטער האט זיך דאס געעפענט פון דאס ניי.

היינט דינט ער אלס ראש כולל פון "ישיבת כנסת בית אברהם", אויף זיין טאטנס נאמען, ביים כולל (נאכמיטאג) לערנט מען מסכתות פון סדר קדשים, וואו ער גיבט איבער טיפע שיעורים אויף די לימודים פון כולל. דערצו איז פאראן אין בית מדרש א כולל פארמיטאג פאר יונגעלייט וואס לערנען 'מה שליבם חפץ', בשעת ווען רבי ישראל יצחק דאוונט שחרית, און זיי אלטן מיט דעם דאווענען אלס א 'מנין' פאר בי ישראל יצחק.

די כולל געפינט זיך אין זיין בית מדרש "אהלי ישועה", וואס האט זיך געפענט חודש ניסן תש"פ. דארטן רעכט ער אפ זיין עבודת הקודש, די תפילות וואס געדויערן לענגערע שעות, די לימוד התורה און די קבלת קהל. יארן לאנג האט ער געדאוונט אין ישיבת גאון יעקב, אבער ווען עס האט זיך אפגעטיילט פון די בני תורה (פארטיי) וואס רבי ישראל יצחק איז פון די אנגעזעענע רבנים זייערע, איז ער אריבער דאווענען אין "ישיבת בית מאיר" וואס שטייט אין שפיץ פון רבי צבי רוטברג פון די רבנים פון פלג הירושלמי. נאכן די עפענונג פון זיין אייגענע בית מדרש דאוונט ער אלע תפילות אין זיין בית מדרש און ער האט דארטן א צימער וואו ער הארעוועט אין לערנען און נעמט אויף אידן לעצה ולברכה.

לענגערע יארן האט ער געלערנט גמרא בעיון בחברותא מיט'ן היינטיגער סלאנימער רבי'ן רבי אברהם וויינבערג.

זיינע תפילות

ער איז באקאנט מיט זיין געוואלדיגע עבודת התפילה, ער דאוונט יעדע תפילה לענגער שעות און בפרט ביי די שמות הקודש וואס עס נעמט אים א לאנגע צייט, ער דאוונט מיט א מוראדיגע השתפכות הנפש, און אסאך קומען זיך מזכיר זיין ביי אים אויף ישועות און רפואות.

השקפה

ער האלט מיט'ן סאטמאר רבי'נס השקפה בנוגע ציונות און ער גייט נישט צו די בחירות אין ארץ ישראל.

נאך רבי שמואל אויערבאך'ס פטירה האט ער זיך איינמאל באטייליגט ביי די זיצונג פון מועצת גדולי עולם התורה פון די בני תורה פארטיי[2]. א טייל פון די בני תורה פאררעכענען אים אלס א מנהיג[3]. ביי די עצרת וואס איז פארגעקומען מוצאי עשרה בטבת תשע"ה אין ירושלים אנטקעגן גזירת הגיוס, האט ער שארף פארדאמט די רבנים פון די דגל התורה פארטיי און ער האט זיי אנגערופן אז זיי טראגן "אנגעבלאזענע טיטלעך" ("בעלי תארים מנופחים")[4].

ער שטייט אין שפיץ פון די קרן "מאיר עיני ישראל" וואס העלפט מוסדות על טהרת הקודש פון די בני תורה[5].

ער האט זיך אנגענומען פאר די הנהלה פון "תלמוד תורה תפארת יעקב"[6] וואס שטייט בנשיאות רבי צבי פריעדמאן, פון די מנהיגים פון בני תורה, און איז ארויס שארף אקעגן די וואס האבן זיך אפגעטיילט דערפון.

ביי די תקופה פון די קאראנא וויירוס האט ער גע'טענה'ט אז די מדינת ישראל רעגירונג ניצט אויס די געלעגנהייט צו פריי מאכן דעם פרומען ציבור, מיט א שפיל פון זארגן אויף די געזונט, און פארשליסן די ישיבות וועגן זיי איז א רציחה ה"י. וועגן דעם האט ער געהייסן אז מען זאל נישט אויספאלגן די מאסנאמען פון די רעגירונג ווען עס קומט צו תורה און מצוות, און אפלאזן די קשר מיט'ן רעגירונג[7].

זיינע ספרים

  • אהלי ישועה, אויף מסכתות הש"ס.
  • רשימות שיעורים, שיעורים אויף ש"ס.

פאמיליע

זיין ברודער איז געווען רבי שרגא משה קאלמאנאוויטש ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.

שוואגערס:

קינדער:

  • זיין עלסטער איידעם איז רבי אשר אליהו קאלמאנאוויטש ראש ישיבת מיר אין אמעריקע.
  • זיין זון רבי אברהם, איידעם פון רבי יחזקאל ברעטלער. ער דינט אלס מגיד שיעור אין "ישיבת זכרון מיכא"ל אין זכרון יעקב, ראש כולל "הלפרין" אין בני ברק אין א דיין אין בית דין "גני איילון" בראשות רבי חזקיהו אברהם ברוידא.
  • זיין איידעם רבי יעקב זאב ווינטערניץ, ער האט געדינט אלס ראש סדר בקיאות[אויסקלארונג פארלאנגט] אין ישיבת קאמעניץ אין ירושלים[8].
  • זיין טאכטער לאה, געהייראט צו רבי אשר בירנבוים , זון פון רבי שמואל בירנבוים ראש ישיבת מיר אמעריקע.
  • זיין זון רבי אהרן לייב, ראש הכולל "אהלי ישועה" אין ירושלים.
  • זיין זון רבי חיים שלמה, משב"ק פונעם טאטן, און דער גזבר פון קרן "מאיר עיני ישראל".

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן