באַניצער:תנא קמא/אמונת ישראל

< באַניצער:תנא קמא
ווערסיע פון 04:03, 15 אויגוסט 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (בס"ד)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אמונת ישראל איז א חסידישע געמיינדע, געגרינדעט אין תשל"א דורך רבי משה וואלפסאן און הויפטקווארטירט אין בארא פארק מיט פיליאלעס אין מאנסי, לעיקוואוד, ביתר און ירושלים. עס ווערט היינט געפירט דורך זיין זון רבי אברהם יצחק אין מאנסי און זיין אייניקל רבי שמואל יהודה זילבער אין בארא פארק.

היסטאריע

רבי משה וואלפסאן איז געשטעלט געווארן[אויסקלארונג פארלאנגט] דורך רבי יעקב קאמינעצקי אלס משגיח אין ישיבה תורה ודעת, וואו פילע בחורים האבן זיך אנגעהויבן קלאמערן צו אים און געשאפן א גרופע לערנען פון אים עבודת ה', און ספעציעל עבודת התפילה צו דאווענען פאוואליע. אינעם זומער קעמפ האט ער אוועקגעשטעלט פאר זיינע תלמידים א ספעציעלע סדר היום מיט תורה און מוסר שמועסן. ווען די מיטגלידער פון דעם גרופע האבן חתונה געהאט, האבן זיי געבעטן רבי משה צו בלייבן זייער משפיע, און אין יאר תשל"א האט זיך דערפון אוועקגעשטעלט די קהילה 'אמונת ישראל'[1]. שפעטער האבן זיינע תלמידים געעפנט א שול אין בארא פארק, און רבי משה האט זיך אריבערגעצויגן אהין.

כאראקטער

רבי משה האט געשעפט פון א פילפארביגע רייע פון השפעות, ...

היינט

פון א קליינער שטיבל האט זיך דער שול צעוואקסן צו א גרויסער היכל מיט 600 זיצן, און ס'איז צוגעקומען פיליאלעס פון די קהילה איבער די וועלט, ווי אין מאנסי, לעיקוואוד, ביתר און ירושלים[1].