דרעפט:אמונת ישראל
כינוי | רב פון אמונת ישראל אין בארא פארק |
---|---|
מדינה | בארא פארק, ברוקלין, ניו יארק |
פאטער | רבי מרדכי מנשה זילבער |
רבי שמואל יהודה זילבער איז דער רב פון אמונת ישראל אין בארא פארק.
ביאגראפיע
רבי שמואל יהודה איז געבוירן אין בארא פארק צו רבי מרדכי מנשה זילבער, רבי פון תולדות יהודה דתלמידי סטוטשין, און צו א טאכטער פון רבי משה וואלפסאן, דער גרינדער פון 'אמונת ישראל' קהילה. רבי שמואל יהודה איז אן איידעם ביי רבי חיים לייב כ"ץ.
ער איז געווען שטארק באליבט ביי זיין זיידן רבי משה וואס האט אים אין יאר תש"פ אויפגענומען אלס דיין און מורה הוראה פון קהל אמונת ישראל און אלס א משפיע רוחני און ראש חבורה פון די בחורים.
ער איז באקאנט אלס א תלמיד חכם און א עובד ה', ער גיבט אויך שיעורים אין הלכה[1].
נאך רבי משה'ס הסתלקות, ביים לוויה אין בארא פארק, י"ז סיון תשפ"ד, איז ער אויפגענומען געווארן לויט זיין צוואה אלס רב פון דער קהילה און בית מדרש אין בארא פארק, צו דער זייט פון זיין פעטער רבי אברהם יצחק וואלפסאן וועלכער איז געקרוינט געווארן אלס רב פון דער קהילה אין מאנסי.