רוי:רבי משה וואלפסאן
אמעריקאנער משפיע (תרפ"ה-תשפ"ד)
געבורט |
1925 כ"ג שבט תרפ"ה פאראייניגטע שטאטן |
---|---|
פטירה | ט"ז סיון ה'תשפ"ד (אלט: 99 בערך) |
למד ב | ישיבת תורה ודעת |
וואוין אָרט | ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן |
טעטיגקייט אָרט | בארא פארק |
השתייכות | חסידות |
תחומי עיסוק | משגיח, משפיע |
רבי'ס | רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש, רבי גדליה שארר, רבי יעקב קאמינעצקי, רבי יעקב יוסף טווערסקי, רבי דוד טווערסקי |
ספרים | ואני תפילה, אמונת עתיך, ציון ועריה |
הרב משה וואלפסאן (כ"ג טבת ה'תרפ"ה - ט"ז סיון ה'תשפ"ד) איז געווען א חסידישער משפיע און דער פירער פון בית המדרש אמונת ישראל. ער האט געהאט אסאך אנהענגער וואס ווערן גערופן לויטן נאמען פון זיין בית מדרש.
ער איז א געוועזענער תלמיד און אויך משגיח אין ישיבה תורה ודעת, וואו ער האט געלערנט ביי רבי שרגא פייוול מענדלאוויטש, רבי גדליה שארר און הרב רבי יעקב קאמינעצקי.
ער איז געווארן מקורב צו חסידות דורך רבי גדליה שאר. ער פלעגט גיין, צווישן אנדערע, קיין ליובאוויטש און קיין סקווירא.
משפחה
- זיין זון רבי אברהם יצחק וואלפסאן האט אים איבערגענומען אלס רב פון דער קהילה אין מאנסי.
- זיין איידעם, רבי מרדכי מנשה זילבער.
- זיין זון, רבי שמואל יהודה זילבער, האט אים איבערגענומען אלס רב פון דער קהילה אין בארא פארק.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!