קינות (פון לשון קודש: "קלאגן") זענען פיוטים וואס דרוקן אויס קלאג אויפ'ן חורבן בית המקדש, אדער אנדערע צרות ביי כלל ישראל. יעדן תשעה באב ביינאכט און אינדערפרי זאגט מען קינות אויפ'ן חורבן בית המקדש. עס זענען דא פארשידענע מנהגים איבער וועלכע קינות צו זאגן.

עס זענען אויך דא א צאל קינות וואס קלאגן אויף צרות און גזירות אויף אידישע קינדער במשך די דורות, טייל פון זיי זענען פארהאן וואס פירן זיך צו זאגן אום תשעה באב.

קינות לתשעה באב

אום תשעה באב דער טאג וואס האט פאסירט דעם חורבן בית המקדש איז פארפאסט געווארן א גרויסער צאל קינות וואס קלאגן אויף דעם גרויסן פארלוסט וואס כלל ישראל האט פארלוירן, און דעם שווערן גלות אין וואס מ'איז פארטריבן געווארן.

היסטאריע

אין חז"ל ווערט די מגילת איכה אנגערופן "ספר קינות". אין מסכת סופרים (פרק יד הלכה ח) ווערט געברענגט דער מנהג צו זאגן דעם "ספר קינות" (מגילת איכה) אום תשעה באב ביינאכט, און אז טייל ווארטן ביז אינדערפרי. ער שילדערט אז "אינדערפרי נאך קריאת התורה שטעלט ער זיך אויף, די קאפ פארשמירט מיט אש, און די קליידער צועפנט, און מען זאגט דאס מיט א געוויין און א קלאג, און מען טייטשט דאס איבער אויף תרגום אז אויך דאס אלגעמיינע פאלק, די פרויען און די קינדער זאלן דאס פארשטיין".

אין בבל איז געווען דער מנהג צו זאגן סליחות ביי די ברכה פון סלח לנו אויך אין תשעה באב[1]. דער מנהג אין איטאליע (וואס איז באזירט אויף מנהג ארץ ישראל) איז געווען צו זאגן קרובות אויף תשעה באב, די קרובות האבן זיך געענדיגט ביי די ברכה פון בונה ירושלים. און ביי די ברכה פון בונה ירושלים האט מען ממשיך געווען צו זאגן קינות, און אויסגעפירט מיט רחם (נחם). שפעטער האט מען מתקן געווען אז די לענגערע קינות זאל מען זאגן נאך שמונה עשרה, זיצנדיג אויף דער ערד, כדי עס זאל נישט זיין אזא לאנגע הפסק אינמיטן שמונה עשרה[2].

לויט דער מנהג ארץ ישראל האט מען געזאגט קינות אין א נאך צאל תעניתים, נישט בלויז אום תשעה באב[3].

פיוטים פון קליר

א גרויס טייל פון די קינות אויף תשעה באב זענען פארפאסט געווארן דורך רבי אלעזר הקליר. די פיוטים פון קליר זענען צוערשט געווען א חלק פון די קרובות צו זאגן ביי ביי די ברכות פון חזרת ש"ץ, ביז אות סמך זענען געווען די ברכות פון שמונה עשרה ביז "בונה ירושלים" און און פון אות סמך און ווייטער זענען געווען נאך א גרויסע צאל קינות צו זאגן ביי די ברכה פון בונה ירושלים[א]. שפעטער האט מען איינגעפירט צו זאגן די קינות הערשט נאך שמונה עשרה, כדי עס זאל נישט זיין א לאנגע הפסק.

די פיוטים פון קליר זענען אויסגעשטעלט אויפן גראם. און זענען אויסגעשטעלט לויט די פסוקים פון איכה, און לויט די סדר פון אלף בית אדער תשר"ק, און טייל מאל אויך מיט זיין נאמען "אלעזר". די קינות זענען אממערסטנס באזירט אויף די פסוקים פון איכה און מדרשי חז"ל. און זענען אריגענעל געווען אויסגעשטעלט ווי א קייט; די סוף ווארט פון ערשטן פיוט, איז דער ערשטער ווארט פונעם קומענדיגן פיוט אא"וו.

נאך פיוטים

עס זענען אויך פארהאן נאך פילע פיוטים אויפ'ן חורבן בית המקדש פארפאסט געווארן אין פארשידענע זמנים.

איין גאר עלטערער פיוט עד אנא בכיה בציון זאגט מען תשעה באב ביינאכט, און איז פון תקופת הגאונים, וואו די 12 מזלות באוויינען דעם חורבן. דער פיוט איז נישט אויפ'ן גראם.

א רייע פיוטים וואס הייבן זיך אן מיט די ווארט ציון, און רעדן ארום פון די שיינקייט פון ירושלים וואס מ'האט פארלוירן. נתחבר געווארן דורך רבי יהודה הלוי.

הלכות און מנהגים

די קינות זאגט מען זיצנדיג אויף דער ערד, אדער אויף א קליין בענקל, מיט א ניגון פון געוויין און קלאג.

אין געוויסע פלעצער האט מען אויך געזאגט קרובות ביי שמונה עשרה. אין דייטשלאנד האט מען געזאגט די קרובה פון אאביך ביום מבך[5]. און אין איטאליע די קרובה זכור איכה אנו שפתנו[6], אויך אין מחזור פון קהלות רומניא ווערט געברענגט אז טייל פירן זיך צו זאגן קרובות[7]. אין פוילן האט מען אבער נישט געזאגט קיין קרובות תשעה באב[8].

דער מנהג אשכנז איז צו זאגן די קינות נאך קריאת התורה[9]. לויט די אנדערע מנהגים זאגט מען עס נאך שמונה עשרה.

דער פארצייטישער מנהג אשכנז איז געווען אז דער גאנצער ציבור געזאגט אינאיינעם איין-און-צוואנציג קינות פון רבי אלעזר הקליר, אקעגן די 21 טעג צווישן י"ז תמוז און ט' באב, און דערנאך האט יעדער אליין צוגעלייגט פון די אנדערע קינות לויט זיין געשמאק. דער שליח ציבור האט אויך געקענט אראפנעמען פון די קינות פון קליר, און צולייגן אנדערע פיוטים אנשטאט זיי[10].

דער לעצטער קינה איז אלי ציון דאס זאגט מען שטייענדיג מיט א ספעציעלן ניגון.

קינות אויף אנדערע צרות

עס זענען דא נאך פארשידענע קינות וואס זענען פארפאסט געווארן צו קלאגן אויף פארשידענע גזירות דורכאויס די היסטאריע, טייל פון זיי צו זאגן תשעה באב, און טייל זאגן אין אנדערע געלעגנהייטן.

עס זענען די קינות אויף די פטירות פון צדיקים, און עס זענען דא וואס זאגן זיי אום תשעה באב, וויבאלד מיתת צדיקים איז געוואויגן ווי שריפת בית אלוקינו.

רבי יהודה הלוי האט מחבר געווען ארום 45 קינות אויף זיינע פריינט'ס פטירות[11].

די פיוט אלה אזכרה וואס באוויינט די עשרה הרוגי מלכות.

עטליכע פיוטים איבער די הרוגות פון יאר תתנ"ו.

א קינה אויף די שריפת התלמוד.

עס זענען אויך פאראן א צאל קינות אויף די פייערן וואס האבן פארברענגט די שטעט, און נאך צרות[12].

צווייטע וועלט מלחמה

נאך די צווייטע וועלט מלחמה זענען געווען וואס האבן מחבר געווען קינות אויף די זעקס מיליאן קדושים וואס זענען אומגעקומען אויף קידוש השם. ס'איז געווען וואס האבן געוואלט איינפירן דאס צו זאגן תשעה באב ביי די קינות, אנדערע האבן געהאלטן אז מיר זענען נישט ראוי צו מאכן קינות צו קובע זיין אינעם דאווענען. געווען וואס האבן געזאגט די קינות שפעטער אין טאג.

ביאורים

  1. די קינה שבת סורו מני, איז א המשך פון די קרובה זכור איכה אנו שפתנו, וואס מען פלעגט זאגן ווייטער ביי די ברכה פון בונה ירושלים[4].


רעפערענצן

  1. רב עמרם גאון, טור או"ח תקנט
  2. יצחק יוסף כהן, "מנהגי תשעה באב בעדות ישראל", מקורות וקורות, ירושלים, תשמ"ב (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  3. עזרא פליישער, שירת הקודש, עמוד 72-73
  4. עמודי העבודה, עמ' 38 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  5. אאביך ביום מבך, אויף ספרייה הלאומית
  6. מחזור מנהג בני רומא, פאנו, רסד - רסה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  7. סדור תפלות השנה למנהג קהלות רומניא, ווענעציע, רפ"ג (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  8. יצחק יוסף כהן, "מנהגי תשעה באב בעדות ישראל", מקורות וקורות, ירושלים, תשמ"ב (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  9. מהרם מרוטנבורג, מנהגים דבי מהר"ם ב"ר ברוך מרוטנברג, עמ' 34
  10. מהרם מרוטנבורג, מנהגים דבי מהר"ם ב"ר ברוך מרוטנברג, עמ' 34
  11. פינחס מילר, ארץ הגליל, עמ' 71 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  12. קינות מאת זקני חכמי תימן על הריסות הדת ע"י השלטון בארץ הקדש, ירושלים, תשי"א