ווארשע פאקט

מזרח-אייראפעאישע מיליטערישע אליאנץ (1955–1991)

די ווארשע פּאקט (רוסיש: Варшавский договор; פאָרמאַל וואַרשעווער אָפּמאַך פון פריינדשאפט, קאָאַפּעראַציע, און קעגנזייטיגע הילף) איז געווען א בונד, שאפנדיג א געמיינזאמע מיליטערישע ארגאניזאציע (ווארשע בונד ארגאניזאציע; WTO) אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, אונטערגעשריבן אין ווארשע, פוילן. דער פּאקט איז פארמירט געווארן דורך די סאוויעטן פאראיין און 7 לענדער פון די מזרח-אייראפעאישע בלאק אום מאי 14 1955 אלס טייל פונעם קאלטער קריג, אין ליכט פון די בערלין קריזיס. דער ציל איז געווען אפצוענטפערן און קאנטער-באלאנסירן נאט"א, איבערהויפט דאס באוואפענען און אנשליסן מערב דייטשלאנד אין די נאטא אליאנץ.

ווארשע פאקט
עמבלעם פון ווארשע פּאקט; עמבלעם אויפשריפט (אויבערשטע טייל): פּאקט פון פרידן און סאציאליזם; אונטערשטע שורה: ווארשע פּאקט
עמבלעם פון ווארשע פּאקט; עמבלעם אויפשריפט (אויבערשטע טייל): פּאקט פון פרידן און סאציאליזם; אונטערשטע שורה: ווארשע פּאקט
חברים
תקופת הפעילות מאי 14 1955יולי 1 1991 (36 יאָרן)
Warsaw Pact in 1990 (orthographic projection).svg
מיטגליד לענדער אין ווארשע פּאקט

אין 1990 איז מזרח דייטשלאנד ארויס פונעם בונד מיט די ווידער-פאראייניגונג פון דייטשלאנד. אום פעברואר 25 1991, נאך די צעברעקלונג פון די קאמוניסטישע בלאק אין די שפעטע אכציגער יארן, האבן די פארטיידיגונגס און אויסערן מיניסטארן פון די זעקס פארבליבענע לענדער אפיציעל אפגעשאפן דעם פּאקט ביי א זיצונג אין אונגארן. די לענדער אנגעשלאסן אינעם סאוויעטן פאראיין האבן קורץ דערויף געשאפן די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO). אלע איבריגע לענדער פון די קאמוניסטישע בלאק אויסער די פאראיין האבן זיך אנגעשלאסן אין נאטא דורכאויס די קומענדיגע 20 יאר, אריינגערעכנט די באלטישע לענדער.

היסטאריע

 
דער פרעזידענטליכער פאלאץ אין ווארשע, פוילן, וואו דער ווארשע פאקט איז געווארן געשאפן און אונטערגעשריבן, אין מאי 14, 1955
 
סאוויעטישע טאנקען, באצייכנט מיט ווייסע קרייצן זיי צו פונאנדערשיידן פון טשעכאסלאוואקישע טאנקען, אויף די גאסן פון פראג אין צייט ווען די פאקט האט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי, 1968

אין מאי 9, 1955, זענען די נאט"א מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ געשאפן אין 1949, טראץ אריגינעלע אינערליכע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. דאס האט אריינגערעכנט אן אונטערנעמונג צו ווידער באוואפענען מערב דייטשלאנד אונטער שטרענגע צוימונגען, נאך וואס גאנץ דייטשלאנד איז געווארן אנטוואפנט נאכפאלגנדיג די צווייטע וועלט מלחמה. דער סאוויעטן פאראיין, זיך פארכטנדיג פון באנייטע מיליטעריזם אין דייטשלאנד, האט צווישן אנדערע אנגעבאטן זיך אנצושליסן אין נאטא, אן אנבאט וואס די פאראייניגטע שטאטן און אנדערע האבן אפגעווארפן[1].

דער סאוויעטן פאראיין, וועלכער האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין דער מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט דאן - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטערקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד - געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, לויט וועלכע אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט יעדן שטאַט באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר שפעטער באוואפנט[2][3].

כאטש דער אפמאך האט געלויטעט אז עס איז געשטעלט נאר צו פארטיידיגן פון דרויסנדיגע געפארן, און אז אקציעס וועלן זיין באזירט אויף געמיינזאמע באשלוסן פון אלע מיטגלידער צוגלייך, האט דער סאוויעטן פאראיין אויסגעניצט דעם בונד צו פארפעסטיגן איר דאמינאנץ איבער אירע סאטעליט שטאַטן[4]; די סאוויעטן האבן אויסגעארבעט האנדלס אפמאכן וואס האבן איר דירעקט בענעפיטירט[5]; די קאמוניסטישע פארטייען אין אלע לענדער זענען געווען אונטער דירעקטע קאנטראל פונעם קרעמלין. די איינציגסטע מיליטערישע אקציעס אויסגעפירט דורך די ווארשע פּאקט זענען געווען אויף צו אונטערדרוקן רעוואלטן אין מיטגליד-לענדער; עס איז קיינמאל אנגעקומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע מיט נאטא, פאר וועלכע דער בונד איז אריגינעל געשאפן געווארן, נאר ביידע זייטן האבן זיך באוואפנט און איינגעפירט פאליסיס צו האלטן די צווייטע אין די ראמען, זיך פארמעסטנדיג בלויז אומדירעקט דורך פראקסי מלחמות[6].

אין נאוועמבער 1956, נאך די אונגארישע רעוואלוציע, האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן און אונטערדרוקט דעם רעוואלט מיט סוקסעס, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער[7]. אין אויגוסט 1968 האט די [[ווארשע פאקט אינוואזיע פון טשעכאסלאוואקיי|ווארשע פאקט אינוואדירט טשע

  1. "Soviet Union request to join NATO" (PDF). Nato.int. Archived (PDF) from the original on 11 March 2012. Retrieved 31 July 2013.
  2. "די ווארשע פאקט ווערט געשאפן". History Channel.
  3. Bob Reinalda (11 September 2009). Routledge History of International Organizations: From 1815 to the Present Day. Routledge. p. 369. ISBN 978-1-134-02405-6. Archived from the original on 1 January 2016. Retrieved 1 January 2016.
  4. "Formation of Nato and Warsaw Pact". History Channel.
  5. Larresm, Klaus, ed. (2014). A Companion to Europe Since 1945. Wiley. p. 79. ISBN 978-1-118-89024-0.
  6. Bob Reinalda (11 September 2009). Routledge History of International Organizations: From 1815 to the Present Day. Routledge. p. 369. ISBN 978-1-134-02405-6.
  7. "The Hungarian Uprising of 1956 - History Learning Site". Percival, Matthew (23 October 2016). "Recalling the Hungarian revolution, 60 years on". CNN.