רוי שמועס:רבי לייבוש לייזער
תאריך לידה
בקשר צו דעם רעדאגירונג, לויט אנדערע מקורות (און אזוי אויף העברי), איז ער געבוירן אין כ"ז אב. דער חילוק נעמט זיך געוויס פון דעם וואס דער קינדער שריפט האט גערעכנט לויט'ן גוי'אישן דאטום, וואס טוישט זיך הערשט ביי חצות (דהיינו, אז דער רבי איז באמת געבוירן אין כ"ז אין די ערשטע האלב נאכט).
ואם כנים הדברים, ווארפט דאס א שאטן אויך אויף די אנדערע דאטומען אויסגערעכנט אין יענעם ארטיקל. — צמא לדעת • שמועס • כ"ג תמוז ה'תשפ"ד 21:07, 29 יולי 2024 (UTC)
- וועלכע "אנדערע" מקורות שרייבן כ"ז? אייער השערה אז דער "שפעטערדיגער" דאטום מוז זיין ריכטיגער איז נישט מער ווי א "השערה" בעת עס עקזיסטירט אויך דער מעגליכקייט אז דער דאטום אין העברי איז א טעות. דער קינדער שריפט איז טאקע נישט דער "גרעסטער" מקור, אבער עס איז פארט א געדרוקטע מאגאזין בעת המכלול העברי (וואס איז אפן פאר יעדן צו רעדאגירן) איז בכלל נישט קיין מקור. ווילאנג מיר האבן נישט א מקור וואס זאגט כ"ז דארפן מיר שרייבן אזוי ווי עס שטייט אין דעם געדרוקטן מאגאזין. י'הושע (שמועס) 22:01, 29 יולי 2024 (UTC)
- איר האט א ריכטיגע נקודה. עס איז מיר געליגן אין זכרון פון נאך א מקור אויף כ"ז אב, אבער כרגע טרעף איך עס נישט. פערזענליך גלייב איך אז מיין השערה קומט מיט שטארקע רגלים לדבר (וביותר אז ביי רבי משה טויב קומט אויס די זעלבע צוזאמשטויס), אבער איר זענט גערעכט אז לע"ע איז עס נישט מער ווי אן השערה.
- דאס בעסטע וואלט לכאורה געווען זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער פונעם ארטיקל אין קינדער שריפט, און אים פרעגן פון וואו ער האט גענומען זיינע דאטומען. — צמא לדעת • שמועס • כ"ד תמוז ה'תשפ"ד 07:06, 30 יולי 2024 (UTC)
- דער שרייבער אין קינדער שריפט גיט "א ספעציעלע דאנק פאר מערכת קול בחצרות, פארן ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע, אהערצושטעלן דעם פראיעקט מיט א שלימות". לעת עתה פיל איך נישט גענוג באקוועם זיך צו פארבינדן מיט זיי, איבערהויפט אז כדי צו באקומען אן ענטפער וואלט איך לכאורה געדארפט ניצן מיין עכטן נאמען, ווי אויך זע איך נישט איין די גרויסע וויכטיגקייט דערפון (א טעות אין המכלול מיט איין טאג אפגעריגט איז לדעתי נישט עק וועלט). פאלגענד איז די קאנטאקט-אינפארמאציע פאר קינדער שריפט - די וואך (אינפארמאציע פאר קול בחצרות האב איך נישט):
- אפיס: 718.305.5863
- פאקס: 718.504.3800
- וואויס מעיל: 718.407.2435
- אימעיל: info deevoch.com
- י'הושע (שמועס) 09:47, 30 יולי 2024 (UTC)