רוי:שמות הקדושים

ווערסיע פון 23:21, 23 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אין העברעאיש איז "שם", "נאָמען", אין לשון רבים "שמות", נעמען. מען באַנוצט דאָס וואָרט שם צו באַצייכענען דעם נאָמען פון גאָט, און שמות הקדושים, די הייליגע נעמען פון גאָט. "שם הוי"ה" הייסט דער נאָמען י'ה'ו'ה' פון גאָט; מען באַנוצט דערצו אויך דעם אויסדרוק "שם המפורש".

אין דער אידישער מיסטיק און קבלה ווערן די נעמען פון גאָט באַטראַכט אַלס זייער הייליגע און עס איז פאַרהאן דער גלויבן, אַז דער וואָס באַנוצט זיך מיט זיי ריכטיג, קכן באַווייזן וואונדער (מעגליך, אַז דערפון איז דער נאָמען "בעל שם").

אַזעלכע נעמען פון גאָט זענען פאַרהאַן פיל. אַחוץ די נעמען אין נ"ך ווי הוי"ה א-להים, שד"י און אַנדערע, ווערט אין דער גמרא קידושין ע"א דערמאַנט אַ שם פון 42 (מ"ב) אותיות. אין די קבלה ספרים איז אויך פאַרהאַן שם בן ע"ב (72) אותיות.

זעט אויך


דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!