דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא
רבי אהרן שמעון שפירא (ה'ש"ס[1] - כ"ט כסלו ה'ת"מ) (אויך גערופן הרא"ש אדער מהר"ש מפראג) איז געווען אַן רב, פוסק, און ראש ישיבה אין שטאט פראג.
ביאגראפיע
רבי אהרן שמעון איז געבוירן אין פראג אלץ בכור צו זיין טאטע רבי בנימין וואלף[2], דער סנדק אין זיין ברית מילה איז געווען דער מהר"ל מפראג. לויט וואס ווערט דערציילט האט ער געזאגט ביי די ברית אַז "הילד הזה בן יקיר הוא, לגדולות נוצר ולאורו ילכו יהודה וישראל"