רוי:רבי שמריה בן אלחנן

ווערסיע פון 10:40, 21 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי שמריה בן אלחנן איז געווען ראש ישיבה אין מצרים אין 10טן יאָרהונדערט, איינער פון די אַזוי-גערופענע "ארבעה שבויים", 4 געפאַנגענע גרויסע לומדים, וועגן וועלכע עס ווערט דערציילט (דורך רבי אברהם אבן דאוד, ראב"ד דעם 1טן אין זיין "ספר הקבלה") די באַרימטע לעגענדע, אַז זיי זענען געפאָרן פון בארי אין איטאַליע אויף אַ שיף און זענען געפאַנגען געוואָרן דורך אַן אַראַבישן אַדמיראל, וועלכער האָט זיי פאַרקויפט רבי משה און זיין זון רבי חנוך קיין שפּאַניע, רבי חושיאל קיין קיירואן, און רבי שמריה בן אלחנן קיין מצרים, און א דאַנק זיי איז פאַרשפּרייט געוואָרן דאָס לערנען תורה אין די דאָזיגע לענדער. אָבער לויט די לעצטנס געפונענע דאָקומענטן אין דער גניזה ווייזט זיך אַרויס, אז דער סיפּור איז א לעגענדע.

רבי שמריה האָט אין דער יוגנט געלערנט אין דער ישיבה פון בבל אין פּומבדיתא, ביי רב שרירא גאון.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!