רוי:שפריכווארט

ווערסיע פון 09:22, 21 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א שפּריכווארט איז א זאץ וואס מיינט נישט די אויבעפלעכליכע אפטייטש פון די ווערטער נאר ענדערש ארויסצודרוקן א קלוגער מוסר רייד.

ביי אידן זענען געווען זאמלונגען פון שפּריכווערטער שוין אין די גאָר אַלטע צייטן. אין העברעאיש איז א "שפּריכטוואָרט" באַציייכנט געוואָרן מיט דעם וואָרט "משל", און דערפון איז די עלטסטע זאַמלונג שפּריכווערטער אָנגערופן געוואָרן "משלי".

שפּריכווערטער זענען פאַרהאַן נישט נאָר אין משלי נאָר אויך אין אַנדערע תנ"ך-ספרים ישעיה, ירמיה, יחזאקל, תהלים, תרי עשר, קהלת און אַנדערע. עס איז זיכער אַז אויך אין ספר בן סירא זענען פאַראַן פאָלקס-שפּריכווערטער; אין דער תלמודישער ליטעראטור געפינען מיר פיל שפּריכווערטער, און טייל פון זיי זענען באַצייכנט געוואָרן מיט'ן נאָמען "היינו דאמרי אינשי" (אזוי זאָגן מענטשן), און א זאַמלונג פון די דאָזיגע ווערטער געפינען זיך אין בבא קמא צ"ב. די דאָזיגע שפּריכווערטער פון תנ"ך און תלמוד אַנטהאַלטן נישט נאָר דברי מוסר נאָר אויך פּראַקטישע לעבנס-חכמה, און זיי טראָגן דעם כאראקטער פון פאָלקס-שאַפונגען, פאָלקלאָר.

אויך שפּעטער אין מיטלאַלטער זענען אַנשטאַנען אין פאָלק שפּריכווערטער, פון וועלכע פיל זענען צעוואָרפן איבער די פאַרשידענע דידאקטישע מוסר-ספרים.

אין דער נייער צייט האָט זיך באַשעפטיגט מיט זאַמלען שפּריכווערטער אין דער אידישער שפּראַך איגנאַץ בערנשטיין, וועמענס גרויס ווערק, "יודישע שפּריכווערטער און רעדנסארטן" (פארעפנטליכט 1908) איז פונדאמענטאַל און באַשטייט פון א זאַמלונג פון קרוב 4,000 שפּריכווערטער מיט באמערקונגען און ערקלערונגען און איינלייטונג.

זאמלונגען פון תלמודישע שפּריכווערטער זענען ערשינען אַ סך, און די אויספירליכסטע פון זיי איז היימאַנס "אוצר דברי חכמים ופּתגמיהם".

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!