רוי:איזבל

פרוי פון אחאב מלך ישראל
ווערסיע פון 06:44, 21 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

איזבל איז געווען די ווייב פון אחאב מלך ישראל.

אין מלכים[1] ווערט דערציילט, אז איזבל איז געווען די טאכטער פון אתבעל דעם מלך פון דער פעניצישער האנדלס-שטאט צידון. איזבל, וועלכע איז ערצויגן געווארן אין דער רעליגיע פון אפגאט בעל, האט געפרואווט די דאזיגע רעליגיע איינפלאנצן אויך אין לאנד ישראל (וואס האט אויך געהייסן שומרון). ווייטער[2] ווערט דערציילט אז זי האט געלאזט טויטן אלע נביאים פון גאט און האט איינגעפירט די בעל-נביאים און אויפגעשטעלט א מזבח מקריב צו זיין קרבנות פארן בעל. זי האט אויך געוואלט טויטן אליהו הנביא.

אין ספר מלכים ווערט איבערהויפט דערציילט, אז דאס וואס אחאב מלך ישראל איז באגאנגען פיל זינד, איז עס געווען צוליב איזבל.

זי איז געטויט געווארן ביים אויפשטאנד פון יהוא בן נמשי קעגן דער אחאב-דינאסטיע.

זעט אויך

רעפערענצן

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!