רוי:אבימלך בן גדעון

ווערסיע פון 18:22, 19 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
אבימלך בן גדעון

אבימלך דער זון פון גדעון, ערשטער מלך ביי אידן.

אין ספר שופטים קאפּיטל ט' ווערט דערציילט אז אין די צייטן, ווען די אידן האָבן שוין געוואוינט אין ארץ־ישראל, נאָר זיי האָבן נאָך נישט געהאַט קיין מלך איבער זיך, און עס האָבן געהערשט איבער זיי שופטים, איז איינער פון די שופטים געווען אבימלך דער זון פון דעם שופט גדעון.

דאָרט ווערט דערציילט, אז גדעון האָט געהאט 70 זין, און אבימלך איז געווען זיין זון פון א פּלגש (א קעבס־ווייב), און מיט דער הילף פון די איינוואוינער פון שכם איז אבימלך'ן געלונגען צו דערמאָרדן אלע זיינע ברידער א חוץ איינעם, יותם, וועלכער איז אנטלאָפן. דערנאָך איז אבימלך געווען דער הערשער.

פון דעם אויסדרוק אין שופטים ט' פּסוק ו' "וילכו וימליכו את אבימלך למלך" ("און זיי זענען געגאנגען און האָבן ערקלערט אבימלך אלס מלך"), איז צו זען, אז דאָס איז געווען די ערשטע פּראָבע ביי אידן איינצופירן א מלך, ווארים ביי די אלע אנדערע שופטים געפינען מיר נישט דאָס וואָרט "וימליכו" און אויך נישט דעם אויסדרוק מלך.

ווייטער ווערט דערציילט ווי די איינוואוינער פון שכם האָבן זיך צעקריגט מיט אבימלך, ווי ער האָט קעגן זיי געפירט מלחמה און פיל פון זיי געטויט, נאָר איינמאָל, ביים באלאגערן די שטאָט תבץ און דער טורם וואָס איז דאָרט געווען, האָט א פרוי געוואָרפן אויף אים פון טורם־דאַך א מיל־שטיין און אים געטויט. דערמיט האָט זיך געענדיגט די הערשאפט פון אבימלך. און נאָך אים זענען שוין ווייטער געווען געווענליכע שופטים.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!