רוי:רבי ישכר בעריש אייכנשטיין (דאלינע)

ווערסיע פון 13:28, 18 יולי 2024 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) ({{קרד/ויקי/יידיש}})
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי ישכר בעריש אייכנשטיין זצ"ל (ה'תקצ"ה - כ"ט שבט ה'תרמ"ו), רבי אין דאלינע, באוואוסט אלס "רבי בעריש דאלינער".

אפשטאם

רבי ישכר בעריש איז געבוירן אין יאר ה'תקצ"ה (אומגעפער), דער דריטער זון צו זיין פאטער, רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון רבי ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.

רבנות

אין יאר ה'תרט"ז איז רבי ישכר בעריש שוין געווען דיין אין זידיטשוב. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין תרל"ג איז ער געווארן רב און רבי אין דאלינע

רבי ישכר בעריש איז געווען זייער באליבט ביי די צדיקים פון זיין צייט, און ער האט געהאט א גרויס געפארכטס. ביים צוזאמנקומפט פון דער גרינדונג פון מחזיקי הדת אין לעמבערג איז רבי ישכר בעריש געזעסן אויבן-אן צוזאמען מיט די רביס פון בעלזא, וויזשניץ, און שינאווא.

זיינע תורות זענען אינעם ספר ליקוטי תורה מהר"י.

הסתלקות

רבי ישכר בעריש איז געפארן אויף א שבת קיין ווערעצקי, אונגארן, פרייטאג צו נאכטס האט מען אים איינגעזעצט מיט אן אויסרייד אז זיינע פאפירן זענען נישט אין ארדענונג, זיינע חסידים האבן ערלעדיגט און אים באפרייט, אבער ער האט זיך שטארק איבערגענומען דערפון, און איז באלד נאכדעם נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרמ"ו.

פאמיליע

רבי ישכר בעריש האט געהייראט א טאכטער פון רבי אברהם פון סטרעטין. זייערע קינדער:

  • די ווייב פון רבי פנחס רוקח, פון קארוב.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!