רוי:רבי משה הדרשן

רב און דרשן אין פראבאנס, אנהייב תקופת ראשונים
ווערסיע פון 11:46, 16 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (מכלוליזאציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי משה הדרשן (אין עלפטן יארהונדערט אין נארבאנא, פראנקרייך) איז געווען א ראש ישיבה און דרשן; זיין תלמיד איז געווען אויך רבי נתן בר יחיאל דער מחבר פון ספר הערוך.

רבי משה הדרשן האט מחבר געווען פירושים אויף תורה און תהלים, משלי און איוב; ער ווערט אסאך געברענגט אין פירוש פון רש"י. עס איז פארהאן א מיינונג אז ער האט צונויפגעשטעלט די מדרשים במדבר רבה, דברים רבה, מדרש עשרת הדברות, מדרש תדשא און אנדערע.

ביבליאגראפיע

  • אברהם עפשטיין, "רבי משה הדרשן מנרבונה".
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!