רוי:תנאים (שידוך)

ווערסיע פון 23:25, 14 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

תנאים. עס איז אַן אַלטער אידישער מנהג, אַז דאָס שליסן אַ שידוך צווישן א בחור און א מיידל קומט פאָר דורך שרייבן "תנאים" (פון וואָרט "תנאי", "באַדינגונג"), דאָס הייסט אַלזאָ, אַ שריפטליכער דאָקומענט, אין וועלכן עס ווערן אויסגערעכנט די תנאים, די באַדינגונגען, לויט וועלכע דער שידוך איז געוואָרן געשלאָסן, ווי נדן, קעסט, מלבושים, און אַנדערע באַדינגונגען.

די תנאים ווערן אונטערגעשריבן דורך חתן און כלה, און עלטערן ("העומד מצד החתן" און "העומד מצד הכלה"). ביים שרייבן תנאים ברעכט מען טעלער און מען ווינטשט זיך מזל-טוב, און מען מאַכט געווענליך אַ סעודה. פון דעמאָלט אָן הייסט דאָס יונגע פּאָר "חתן און כלה", ביז דער חתונה. די תנאים זענען געשריבן אין אָנהויב מיט מליצות און ברכות ("המגיד מראשית אחרית" און אזוי ווייטער).

זעט אויך

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!