אן ענערגישער כלל-טוער און עסקן צווישן סאטמארער חסידים אין אמעריקע.

ביאגראפיע

געבוירן אום געבוירן כ"א כסליו ה'תש"ב, צו זיין פאטער רבי יחזקאל מנחם שטויבער שו"ב אין קארלסבורג-צפת-אנטווערפן. אין יאר תשי"ח איז ארויסגעקומען לערנען אין ישיבה פון סאטמאר רבי'ן רבי יואל טייטלבוים, וועמען ער האט משמש געווען א שטיק צייט אלס הויז בחור. אין יאר תשכ"ב האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון רבי צבי אביגדור פעקעטע נאנאשער רבי פון וויליאמסבורג. אין יאר תשס"ז האט ער געליטן פון א סטראוק[1], און ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ.

עסקנות

אין די פריערדיגע יארן פון סאטמאר (חסידות) אין אמעריקא, איז ר' חיים משה שטויבער געווען פון די פירנדע עסקנים און כלל טוער. פאר איבער צוויי צענדליג-יארן האט ער געדינט אלס סאטמאר רבי'ס רעכטע האנט[2].

ער איז געווען א באגאבטער פאליטיקאנט וואס האט אנגעקניפט קשרים מיט די פאליטישע באאמטע, ער פלעגט אויפגעטרעטן מיט זיין אראטארישע שפראך ביי פארשידענע געלעגנהייטן, אריינגערעכנט רעדעס אויף די ענגלישע שפראך פאר די פרעסע ביי דעמאנסטראציעס קעגן מדינת ישראל אנגעפירט דורך סאטמארע חסידים. ער האט געדינט אלס ווארטזאגער אריינצושטעלן אפיציעלע לייט-ארטיקלען אין אלגעמיינע צייטונגען אין נאמען פון סאטמאר. אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן[3][4].

ער איז געווען אן אקטיווער מיטגליד אין די רב טוב ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים איבער די וועלט, און פון די גרינדער פון די פאראייניגטע אידישע ארגאניזאציעס אין וויליאמסבורג (יו-דזשעי-או). ער האט רעפרעזענטירט באקאנטע ארגאניזאציעס, ווי התאחדות הרבנים און כולל שומרי החומות[5].

ער האט געדינט אלס רעדאקטער פון צייטונג דער איד, פון יאר תשכ? ביז יאר תשל?[אויסקלארונג פארלאנגט], אונטער אים איז עס שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם, ער האט געשריבן עדיטאריעלס אונטערן פסעוודאנם "שמחה בוימל" (אקראנים פאר: ה'רב ח'יים מ'שה ש'טויבער ב'ן י'חזקאל מ'נחם ו'ל'אה). אויך האט ער אויסגעגעבן א שטיק צייט א טעגליכער צייטונג אויף אידיש און ענגליש[6].

א שטיקל תקופה איז ער געווען א בדחן אויף חתונות, אזוי ווי זיין פאטער און אנדערע געשוויסטער[7].

ער האט ארויסגעגעבן א בוך אויף ענגליש איבער זיינע זכרונות פונעם סאטמאר רבי'ן רבי יואל טייטלבוים: The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections

קינדער


דרויסנדיגע לינקס


רעפערענצן

  1. קאץ און מויז (ניק), אייוועלט
  2. Rabbi Chaim Moshe Stauber z”l, אויף matzav
  3. ניו יארק טיימס, ‏03/08/1989
  4. EXTENSIONS OF REMARKS (עמ' 29500), אויף אמעריקאנער קאנגרעס וועבזייטל, ‏October 15, 1990
  5. Rabbi Chaim Moshe Stauber, 76, Brooklyn, N.Y, אויף chabad.org
  6. נייעס1 (ניק), אייוועלט
  7. קיקיון (ניק), אייוועלט