רוי:מורנו

ווערסיע פון 22:12, 11 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מורנו (אונזער לערער) איז א טיטל, וואָס מען האָט אַמאָל געגעבן נאָר צו אַזעלכן וואָס האָט געמעגט פּסקענען שאלות; דער מורנו-טיטל איז איינגעפירט געוואָרן דורך דעם רב רבי מאיר אין ווין (געשטאָרבן 1990); שפּעטער האָט מען געגעבן דעם טיטל מורנו סתם תלמידי חכמים, אָבער נישט פאַר זייער חתונה: אָפט פלעגט מען געבן דעם טיטל צו חתנים אין טאָג פון זייער חופּה; אין דער לעצטער צייט האָט מען אויפגערופן מיט מורנו צו די עליות יעדן פאַרהיייראַטן.

אויסדרוק

אין אידיש איז פאַרהאַן דער אויסדרוק "ער איז אַ גאַנצער מורנו", דאָס הייסט א חשוב ביי זיך.

דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!