רוי:מולך

ווערסיע פון 21:03, 11 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

מולך איז געווען אַן אָפּגאָט, צו וועמען טייל אַמאָליגע פעלקער אין שכנות פון ארץ-ישראל פלעגן מקריב זיין קינדער, פאַרברענען זיי אויפן מזבח פון מולך אין פייער; דער חומש (ויקרא י"ח) זאָגט אָן די אידן "ומזרעך לא תתן להעביר למלך" (און פון דיינע קינדער זאָלסטו נישט אַוועקגעבן צום איבערפירן צום מולך); מען וויל זען דערצו אויך א רמז אין חומש דברים י"ח "לא ימצא בך מעביר בנו ובתו באש"; שפּורן פון דער דאָזיגער מולך-דינסט ביי טייל אידן געפינט מען ביי די נביאים, וועלכע האָבן געוואָרנט די אידן קעגן דעם (ירמיה י"ט און אַנדערע).

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!