אן ענערגישער כלל-טוער און עסקן צווישן סאטמארער חסידים אין אמעריקע. פאר איבער 20 יאר האט ער געדינט אלס סאטמאר רבי'ס רעכטע האנט[1].

געבוירן כ"א כסליו צו זיין פאטער ר' יחזקאל מנחם שטויבער ז"ל. ער איז געווען אן איידעם ביי ר' צבי אביגדור פעקעטע ז"ל אב"ד נאנאש. ער איז נפטר געווארן י' אייר תש"פ.

אין די יארן איז ער געווען רעדאקטער פון צייטונג דער איד. אין זיינע יארן איז דער צייטונג שטארק ארויפגעארבעט געווארן, און האט אנגעהויבן ארויסקומען אויף א וועכנטליכער פארנעם, ער האט געשריבן אונטערן פסעוודאנם "שמחה בוימל".

ער איז געווען א באגאבטער פאליטיקאנט, האט אויפגעטרעטן אויף די ענגלישע שפראך פאר די פרעסע ביי פארשידענע דעמאנסטראציעס אנגעפירט דורך סאטמארע חסידים.

אלס טייל פון זיין עסקנות האט ער געגרינדעט דעם פתח תקוה אנשטאלט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן. און איז געווען אקטיוו און די "רב טוב" ארגאנאזיציע פאר אידישע פלטים.

ער איז אויך געווען א בדחן אויף חתונות.


ער האט ארויסגעגעבן א בוך אויף ענגליש: The Satmar Rebbe: The Life and Times of Rav Yoel Teitelbaum zt"l, A close talmid's personal recollections

קינדער

שמואל מאיר - ב"פ

צבי (הערשי) - מאנסי

יענקי (טעראפיסט) -ב"פ\מאנסי

זלמן לייב (לייבי) - מאנסי

יצחק - ק"י

ליפא - ב"פ

דרויסנדיגע לינקס

"חדש: The SATMAR Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער", אשכול אויף אייוועלט

זכרונות פון סאטמארן רבי'ן דורך ר' חיים משה שטויבער.

אינטערוויו מיט ר' חיים משה

"ר' חיים משה רופט אריין קול מבשר מיט זיין פערזענליכער געשיכטע", אלגעמיינע אינטערוויו, אויף אידיש24

רעפערענצן