רוי:אברהם קאהאן

ווערסיע פון 03:45, 10 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פון יידישער פאלקס-ענציקלאפעדיע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אברהם (אַב.) קאַהאַן, (1860 רוסלאַנד – 1951 ניו יארק) איז געווען א שריפטשטעלער, רעדאַקטאָר און סאָציאליסטישער ארבעטער-פירער אין אַמעריקע, און זינט 1903 דער שעף-רעדאקטאָר פון דער גרעסטער יידישער טאָג-צייטונג "פאָרווערטס", וועלכע איז אונטער קאַהאַנ'ס פירונג געוואָרן איינע פון די אָנגעזעענסטע יידישע אינסטיטוציעס אין אַמעריקע; אין 1926 און 1929 האָט קאַהאַן באַזוכט ארץ-ישראל און איז געוואָרן א סימפּאַטיקער פון דער אידישער אויפבוי-אַרבעט אין ארץ-ישראל.

קאַהאַן איז געווען איינער פון די אָנגעזענסטע פירער אין דער אַלוועלטליכער סאָציאליסטישער באַוועגונג, און ער האט געהערט צו דער מעסיגער ריכטונג אין סאָציאליזם און האט באקעמפט שטאַרק דעם קאָמוניזם.

קאהאן האָט אין די צענדליגער יאָרן פון זיין זשורנאַליסטישער טעטיגקייט פאַרעפנטליכט טויזנטער אַרטיקלען, פּאליטישע, ליטעראטור-קריטישע, באַאַרבעטונגען פון היסטאָרישע מאָמענטן, פעליעטאָנען, ווי אויך אַ ריי ביכער: "געשיכטע פון די פאַרייניקטע שטאַטן", "בלעטער פון מיין לעבן" (5 בענדער זכרונות) און אַנדערע ווערק.

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!