רוי:לוחות הברית

טאוולען אויף וועלכע עס זענען געשריבן געווארן די עשרת הדברות
ווערסיע פון 21:38, 9 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

לוחות הברית (טאוולען פון בונד) זענען די טאוולען אויף וועלכע עס זענען געשריבן געווארן די עשרת הדברות וואס השי"ת האט געזאגט ביים מעמד הר סיני.

אין חומש[1] ווערט דערציילט, אז גאט האט געהייסן משה רבנו ארויפגיין אויפ'ן בארג סיני און דארט וועט ער באקומען די "לוחות האבן", די שטיינערנע טאוולען. ווייטער ווערט דערציילט[2], אז ווען משה איז אראפגעקומען פון בארג מיט די לוחות, וועלכע זענען געווען אנגעשריבן פון ביידע זייטן, און זיי זענען געווען דאס ווערק פון גאט, און ער האט דערזען אז די אידן האבן געמאכט דעם עגל הזהב, האט ער אוועקגעווארפן פון זיינע הענט די לוחות און האט זיי צעבראכן. שפעטער ווערט דערציילט[3], אז גאט האט געהייסן משה'ן אויסהאקן צוויי נייע שטיינערנע לוחות און גאט וועט אנשרייבן אויף זיי די זעלבע ווערטער וואס אויף די ערשטע.

אין זעלבן קאפיטל פון חומש שמות שטייט, אז אויף די לוחות זענען געווען אנגעשריבן די "עשרת הדברים", די צען געבאט, און פון חומש דברים זעט מען אז דאס מיינט מען די עשרת הדברות וואס שטייען אין שמות כ, פון אנכי ביז לא תחמוד.

מען אונטערשיידט די "ערשטע לוחות", וועלכע משה האט צעבראכן, פון די לעצטע לוחות. אין דברים ט הייסן זיי "לוחות הברית", און שפעטער[4] ווערט געזאגט, אז די לוחות זענען געלעגן אין ארון; אין דער גמרא און מדרש זענען פארהאן אגדות וועגן די לוחות.

זעט אויך

רעפערענצן


דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!