רוי:צדוק

ווערסיע פון 17:25, 8 יולי 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

צדוק, זון פון אחיטוב, כהן אין דער צייט פון דוד המלך[1].

ווען עס איז געווען דער קאַמף וועגן דער הערשאַפט צווישן דוד'ס זין שלמה און אדניה, און אביתר, דער הויפּט-כהן, האָט געהאַלטן מיט אדניהו, איז צדוק געווען אַן אָנהענגער פון שלמה, וועלכער האָט ווערנדיג מלך, באַזייטיגט אביתר'ן און געמאַכט צדוק פאַר הויפּט-כהן[2]. דער נאָמען "כהן גדול" ווערט נישט דערמאנט, אָבער ווארשיינליך האָט זיך עס געהאַנדלט וועגן דער כהונה גדולה.

פון דברי הימים א' ה' איז צו זען אַז צדוק האָט אָפּגעשטאַמט פון אלעזר בן אהרן הכהן, דאַקעגן אביתר האָט אָפּגעשטאַמט פון איתמר בן אהרן הכהן, און עס איז אַזוי אַרום אין שלמה המלכ'ס צייט פאָרגעקומען די גרויסע ענדערונג אין דער כהונה גדולה, וועלכע איז איבערגעטראָגן געוואָרן פון איין פאַמיליע צו דער צווייטער.

די כהנים פון דער צדוק-פאַמיליע זענען געווען שפּעטער גרויסע יחסנים, און דער נביא יחזקאל אין דער צייט פון גלות בבל רימט "הכהנים הלוים בני צדוק"[3].

טייל געלערנטע פאַרבינדן די פאמיליע מיט דער שפּעטערער סעקטע אין דער צייט פון בית שני "צדוקים"[4].

רעפערענצן

  1. שמואל ב
  2. מלכים א' ב
  3. יחזקאל יד
  4. זעט ארטיקל צדוקים
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!