רוי:רבי יוסף שלום אלישיב
געבורט | א' ניסן ה'תר"ע |
---|---|
טויט | כ"ח תמוז ה'תשע"ב (אלט: 102) |
טעטיקייט ארט | ירושלים |
הרב יוסף שלום אלישיב (א' ניסן ה'תר"ע, שאוול — כ"ח תמוז ה'תשע"ב, ירושלים) איז געווען א גרויסער פוסק און דער מנהיג פון דער ליטווישער וועלט.
יונגע יארן
הרב יוסף שלום איז געבוירן געווארן א' ניסן תר"ע צו זיין פאטער הרב אברהם לעווינסאן ( ר' "אברהם אראנער") און זיין מוטער חיה מושא, א טאכטער פון דעם מקובל הר"ר שלמה עליאַשעוו, מחבר פון "לשם שבו ואחלמה", נאך 22 יאר וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.[1]
א ירושלימער איד, וואס איז געווארן דער מנהיג פון דער ליטווישער וועלט.
אלס בחור איז ער געווען נאנט צו הר"ר רבי זעליג ראובן בענגיס, גאב"ד פון דער עדה החרדית.
ח' כסלו תשי"א (1950) האט הרב הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג אים באשטימט א דיין אין דעם ירושלים שטאטישן בית דין. קורץ נאכהער האט מען אים באשטימט א דיין אין דעם בית דין הגדול, אן אמט וואס ער האט געהאלטן ביז תשל"ד.
געדינט אלס דיין אין היכל שלמה, ביז דער קאנטראווערסיע פון ווען הרב הרב שלמה גורן האט מתיר געווען די ממזרים לבוא בקהל, דאן האט ער זיך איינגעשפארט אין זיין הויז לערנען פאר זיך עלנד און אליינס און ענטפערן שאלות.
אין זיינע לעצטע יארן האט ער געפירט די גאנצע חרדישע וועלט, זייענדיג דער גרעסטער כוח אין די ליטווישע תורה קרייזן. זיין גבאי איז געווען רב אפרתי וואס ער שרייבט און רעדט אין זיין נאמען, בשעת ווען הרב אלישיב זיצט ווייטער פארשפארט און לערנט פאר זיך אן קיין איין אפיציעלע פובליק שטעלע.
אין סיון תשע"א איז הרב אלישיב דורכגענגאנגען בלוטגעפעס כירורגיע דורך דאקטער דניאל קלער, פארזיצער פונעם דעפארטמענט פון בלוטגעפעס כירורגיע אין קליוולאנד קליניק.[2]
כ"ה תמוז תשע"ב איז ער נפטר געווארן אין שערי צדק שפיטאל. ביי זיין לוויה שפעט ביינאכט זענען געווען 300,000 אידן, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות..
פאמיליע
הרב יוסף שלום האט חתונה געהאַט מיט שיינא חיה, די טאכטער פון הרב רבי אריה לעווין. זיי האבן געהאט צוועלף קינדער:
- הרב שלמה, האט געהייראט מרת פרומא (י"ב סיון תרצ"ו - ב' כסלו תשע"ה), טאכטער פון הרב תנחום דונין פון חיפה
- הרב משה, איידעם ביי רבי חיים ברים
- בת-שבע אסתר (נפ' י"ז תשרי תשע"ב), ווייב פון רבי חיים קאניעווסקי
- לאה (תרצ"ח - ח' סיון תש"ע[3]), ווייב פון רבי עזריאל אויערבאך (זון פון רבי שלמה זלמן אויערבאך)
- גיטל, ווייב פון רבי בנימין רימער (משגיח אין דער טשעבינער ישיבה און ראש ישיבה פון "קרית מלך אין בני ברק)
- שושנה (נפ' תשנ"ח), ווייב פון רבי יצחק זילבערשטיין)
- דינה עטל (נפ' ), ווייב פון רבי אלחנן בערלין
- שרה רחל, אלמנה פון רבי יוסף ישראלסאן (נפטר י' שבט ה'תשס"ט)
- הרב אברהם (תמוז תש"ג - כ"ח שבט תשע"ד), ראש כולל אין מבשרת ציון; איידעם ביי הרב זיידל הייזלער
- הרב בנימין - מחבר פון "יד בנימין" אויף ש"ס, איידעם ביי הרב מיכל יהודה לעפקאוויטש.
- יצחק - נפטר יונגערהייט
- רבקה (תש"ו - תש"ח) - געהרגעט פון א יארדאנישן ארטילעריע־קויל.
דרויסנדיגע לינקס
רעפערענצן
- ↑ ירוחם שמואלביץ, התינוק שנולד אחריי 22 שנה והפך לפוסק הדור, ביי לדעת.נט (העברעיש)
- ↑ קליוולאנד דאקטער אפערירט אויף חשובן רב רב אלישיב'ס כירורג
- ↑ דוד קורן, "אבא למה טרחת?" • "לאה, את שווה את זה", אמר הגרי"ש, 21סטן מאי 2010, באתר בחדרי חרדים
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!