רוי:רבי אברהם לאנדא

רב און אדמו"ר אין טשעכאנאוו
ווערסיע פון 11:37, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
דער ארטיקל איז אינמיטן די ארבעט: צו פאַרמיידן רעדאגיר קאנפליקטן און דאָפּלטע אַרבעט, ביטע נישט רעדאַגירן דעם ארטיקל איידער דער מעלדונג איז אַוועקגענומען, סיידן איר האט דאס קאארדינירט מיט דער וואס האט עס געשטעלט.
אויב דער ארטיקל איז נישט רעדאגירט געווארן פאר א וואך קענט איר אַראָפּנעמען דעם מוסטער, אבער פאַרדעם איז כדי צו דערמאנען דעם באניצער וואס האט עס געשטעלט, דורך א מעלדונג אין זיין שמועס בלאט. שמועס
רבי אברהם לאנדא
געבורט ה'תקמ"ד
פטירה ה' אדר א' ה'תרל"ה
טשעכאנאוו
כינוי זכותא דאברהם
טעטיגקייט אָרט טשעכאנאוו אין קאנגרעס פוילן
1'טער 'ער רבי
ה'תרכ"ו - ה'תרל"ה

רבי אברהם לאנדא (דער טשעכאנאווער; תקמ"ד, 1784 - ה' אדר א' תרל"ה, 1875) איז געווען א רב, פוסק און אן אדמו"ר אינעם ת"ר יארהונדערט. ער איז געווען שטאטס רב אין טשעכאנאוו פופציג יאר, און פון אים שטאמט דער סטריקאווער הויף.

לעבנסגעשיכטע

ר' אברהם איז געבוירן געווארן אינעם דארף פארענטשעוו דער בכור פון ר' רפאל און ראדא דאבזשינסקי. זיין פאטער רפאל (נפטר: תקפ"ד 1824) איז געווען אן אייניקל פון רבי בעריש חסיד פון קוטנא, א זון פון זיין איינציגן זון יחיאל איכל. זיין מוטער ראדא (נפ' כ' אלול תר"ח) איז געווען אן אייניקל פון רבי זאב וולף אויערבאך, אב"ד לונטשיץ, אן אייניקל פון רבי מנחם מענדל אויערבאך, בעל "עטרת זקנים" אויפן "מגן אברהם" - פון די אייניקלעך פונעם מהר"ל מפראג.

יונגערהייט איז ער געווען זייער שארף, און דאס דארף האט נישט געהאט קיין מלמד וואס זאל קענען לערנען מיט אים. האט זיין פאטער אים גענומען קיין פלאצק וואו ער האט געשטיגן אין תורה.

ר' דן לאנדא, א פרנס פון פלאצק, פון א מתנגדישער משפחה, האט אים גענומען פאר א חתן צו זיין טאכטער ווען ער איז געווען אלט 15 יאר. עס ווערט דערציילט אז ר' דנס שווער, ר' איטשעלע פלאצקער, האט געגלוסט דעם בחור אברהם דאבזשינסקי פאר א חתן, און ער האט געשיקט זיין איידעם ר' דן קיין פארענטשעוו כדי נאכצושפירן דעם בחור, אבער ענדלעך האט ר' דן אליין גענומען אים פאר זיין טאכטער. גלייך נאכן שידוך האט דער בחור אברהם געענדערט זיין משפחה נאמען פון דאבזשינסקי צו לאנדא, זיין מחותנס נאמען.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין זיין שווערס שטעטל, פלאצק. ער האט זיך געדרייט ביי רבי פישל סטריקאווער און ווערט גערעכנט זיין תלמיד מובהק. ער האט געלערנט ביי אצל רבי אריה לייב צינץ פון פלאצק. אויך האט ער געטראפן צוויי מאל דעם רבי'ן ר' בונים; דאס ערשטע מאל איז געווען ווען רבי בונים איז געווען א צייט אין פלאצק, וואו רבי אברהם לאנדא האט געוואוינט. רבי בונים האט פארציילט זיין רבי'ן, דעם ייד הקדוש פון פרשיסחא, אז ער האט געוואלט טרעפן רבי אברהם פערזענליך.

אין יאר תק"פ האט מען אים באשטימט שטאטס רב פון טשעכאנאוו, וואו ער האט געדינט ביז זיין פטירה. גלייך נאך ווען ער האט אויפגענומען דאס הרבנות האט ער אויפגעשטעלט דארט א ישיבה וואס ער האט געפירט. א גרויסער טייל פון די תלמידים פון זיין ישיבה זענען שפעטער געווארן באקאנט ווי גדולי תורה אין פוילן.

יארן לאנג האט ער נישט געוואלט פירן א רביסטעווע. נאר אין יאר תרכ"ו (1856), נאך דער פטירה פונעם חידושי הרי"ם פון גער, האט רבי אלעזר הכהן פון פולטוסק געדאנזשעט איבערצייגן אים צו נעמען אויף זיך צו פירן א הויף, מיט דער טענה אז מ'דארף אנפילן דעם לאך וואס איז געווארן מיט דער פטירה פונעם גערער רבי'ן.

זיינע תלמידים און זיינע חסידים

  • זיין אייניקל רבי מנחם מענדל חיים פון זאווירצע, האט זיך איבערגעגעבן צו שרייבן זיינע דברי תורה און צוגרייטן זיי צום דרוק.
  • רבי שלמה דוד מרגליות, מחבר פון "חידושי מהרשד"ם".
  • רבי יוסף קארא פון וולאצלאוועק, מחבר פונעם ספר "יורה ומלקוש".
  • רבי אלעזר הכהן פון פולטוסק, מחבר פונעם ספר "חידושי מהרא"ך".
  • רבי יחיאל מאיר פון גאסטינין.
  • רבי אבא מטשעכאנאוו, א חסיד פונעם קאצקער רבי'ן, וואס איז געווען דער פערזענליכער משמש פון דעם טשעכאנאווער רבי'ן.

זיין תורה

  • אהבת חסד - חידושי הלכות אין סדר נשים און סדר טהרות. פארעפנטליכט דורך זיין אייניקל און תלמיד רבי מנחם מענדל חיים פון זאווירצא, תרנ"ז. א נייע אויסגאבע איז ארויסגעקומע אין תשכ"ו דורך יעקב ווערדיגער.
  • בית אברהם - חידושי הלכות בתלמוד וברמב"ם. יצא לאור בשנת תרנ"ט דורך נכדיו, בני רבי רפאל לאנדא. מהדורה שנייה: דורך זיין אייניקל זאב וואלף יחיאל לאנדא, תשי"ט. מהדורה שלישית: דורך זיין אייניקל אברהם שמואל פולק, תשמ"א.
  • הגדה של פסח - חסד לאברהם - נכתב דורך נכדו רבי מנחם מנדל חיים מזאווירצא. יצא לאור דורך יעקב ווערדיגער בתרצ"ט ובתש"י. דריטע אויסגאבע: דורך אברהם ווערדיגער, תשס"א.
  • ויוסף אברהם - חידושי תורה על התלמוד, בתוך הספר צדקת אברהם. נלקט ונערך מכל ספריו וספרי בני דורו, דורך זיין אייניקל בצלאל יהודה גרייפמן, קריית ויז'ניץ, בני ברק, תשס"ג.
  • ויעש אברהם - נוסח התפילה ומנהגים של הרב מטשעכאנאוו. ערך וסידר נכדו רבי מנחם מנדל חיים מזאווירצא ויצא לאור דורך יעקב ווערדיגער, תרצ"ו.
  • זכותא דאברהם - דרשות וחידושים על הש"ס. יצא לאור בשנת תרנ"ט דורך נכדיו, בני רבי רפאל לאנדא. מהדורה שנייה: דורך זיין אייניקל זאב וולף יחיאל לאנדא, תשכ"ה. מהדורה שלישית ורביעית: דורך זיין אייניקל אברהם שמואל פולק, תשמ"ג ותשס"ב (בהתאמה).
  • זכותא דאברהם - תולדות, הליכות, מנהגים. יצא לאור דורך יעקב ווערדיגער, תש"ט.
  • חדושי ש"י - תשובות ובירורי הלכה מאת רבי שמואל יצחק לאנדא, אב"ד סוכטשוב וטשעכאנאוו, ובו מקצת חידושים מכתב יד של רבי אברהם לאנדא מטשעכאנאוו. יצא לאור דורך בנו זאב וולף יחיאל לאנדא, תשט"ז.
  • צדקת אברהם - על סדר התורה והנ"ך ומועדי השנה. נלקט ונערך מכל ספריו וספרי בני דורו, דורך זיין אייניקל בצלאל יהודה גרייפמן, קריית ויז'ניץ, בני ברק, תשס"ג.
  • צלותא דאברהם - סידור על פי נוסח הרבי מטשעכאנאוו, נערך דורך נכדו ותלמידו רבי מנחם מנדל חיים מזאווירצא. נקרא "שומע תפילה", ונחלק לשני חלקים: "עמק ברכה" ו"ויעש אברהם". אליו נלווה "שירותא דצלותא" - הערות והארות, פון יעקב ווערדיגער, אשר הוציא שני חלקים ראשונים - חלק א': תשט"ז, חלק ב': תשכ"ג. שלושה חלקים נוספים הוציא בנו אברהם ווערדיגער: חלק ג' וחלק ד': תשנ"א, חלק ה': תשנ"ג.


ביבליאגראפיע

  • יעקב ווערדיגער (רעדאקטאר), זכותא דאברהם תולדות, הליכות, מנהגים, תש"ט-1949.
  • תולדות אברהם, הקדמה לספר "צדקת אברהם", בני ברק, תשס"ג-2003.
  • יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 450, ירושלים תשנ"ה

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!