רוי:פינסק

שטאט אין בעלארוס
ווערסיע פון 11:14, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
פינסק
Пінск
מדינה / טעריטאָריע Flag of Belarus.svg בעלאַרוס
גרינדונג דאַטע 1097
קאָאָרדינאַטן 52°07′N 26°06′E / 52.117°N 26.100°E / 52.117; 26.100 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
וואבלאסט בריסק
בירגערמייסטער אלעקסאנדער גארדזשיץ
שטח 51.48 קוואדראט ק"מ
הייך 141 מעטער

 ‑ אין שטאט

137,519‏  (שטייענדיג 2014)
צייט זאָנע UTC+2
www.mypinsk.by

פינסק (בעלארוסיש: Пінск פינסק; פּויליש: Pińsk; רוסיש: Пинск) איז א שטאט אין בעלארוס אינעם בריסקער וואבלאסט, פלאצירט 160 ק"מ מזרח פון בריסק און 222 ק"מ דרום־מערב פון דער הויפטשטאט מינסק. געאגראפיש געפינט זיך די שטאט אין פאלעסיע, איינער פון די גרעסטער זומפ געגנטן אין אייראפע.

די שטאט ליגט אויף די ברעגן פונעם טייך פריפעט (וואס גיסט אין דעם דניעפער אריין נאנט צום דרום גרעניץ פון בעלארוס מיט אוקראינע).

היסטאריע

די שטאט ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין 1097 מיטן נאעמן פינעסק, וואס געהערט צום פירשט פון קיעוו, סוויאטאפאלק פון טוראוו. אין יאר 1320 האבן די הערשער פון נאווהארדאק איינגענומען פינסק וואס איז פון דעמאלסט געווארן א טייל פון דער גרויסהערצאגשאפט פון ליטע. אין יאר 1569, נאך דער פאראייניגונג פון ליטע מיט פוילן, איז פינסק געווארן דער צענטער פון דעם בריסקער פראווינץ אין דער פויליש-ליטווישער קאמאנוועלט. אין 1581 האט דער פוילישער קעניג געגעבן פינסק מאגדעבורג רעכטן.

אין יאר ה'ת' ביי דעם אויפשטאנד פון די קאזאקן אונטער באגדאן כמעלניצקי קעגן דעם פוילישן מלך יאן קאזימיר דער צווייטער, האבן די קאזאקן איינגענומען פינסק און אויסגעפירט א פאגראם קעגן די אידן.

דער שוועדישער מלך קארל דער צוועלפטער האט איינגענומען די שטאט אין 1706 און האט זי פארברענט. טראץ דעם האט זיך די שטאט ווידערגעשטעלט אויף די פיס. ביי דער צווייטער טיילונג פון פוילן אין 1793 איז פינסק געפאלן צו דער רוסלענדישער אימפעריע.

לויטן רוסישן צענזוס פון 1897 האבן געוואוינט אין פינסק 28,400 מענטשן, 74% פון זיי אידן; פינסק איז געווען כמעט די מערסט יידישע שטאט אונטער צארישער הערשאפט.אין 1900 האבן געוואוינט אין פינסק 21,065 אידן.[1]

20סטער יארהונדערט

די דייטשע אימפעריע האט איינגענומען פינסק דעם 15טן סעפטעמבער 1915 במשך דער ערשטער וועלט-מלחמה.

אין 1920 איז פינסק געווארן א טייל פון דעם נייעם פוילן. פינסק איז געווען לכתחילה די הויפטשטאט פון דער פאלעסיער גובערניע אבער נאך א גרויסער שריפה דעם 7טן סעפטעמבער 1921 האט מען אריבערגעפירט די הויפטשטאט צו בריסק.

נאך דער אפעראציע בארבאראסע איז פינסק געווען אקופירט דורך נאצי דייטשלאנד פון דעם 4טן יולי 1941 ביזן 14טן יולי 1944. רוב פון די אידן האבן זיי אויסגעהרגעט אין 1942 ווען זיי האבן ליקווידירט די פינסקער געטא. אין איין טאג האבן זיי געהרגעט 10,000 אידן.

זייט 1991 איז פינסק א טייל פון אומאפהענגיגן בעלארוס.

באקאנטע מענטשן פון פינסק

זעט אויך

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. "פינסק", אויף "JewishGen" (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!