רוי:פרעקווענץ
אין פיזיק, איז די פרעקווענץ אדער אפטקייט פון א פעריאדישן פענאמען וויפיל פעריאדן גייען אריבער אין אן איינס פון צייט.
מען טוט ניצן דעם סימבאל f פאר פרעקווענץ און ער ווערט געמאסטן, אין דער אינטערנאציאנאלער סיסטעם פון איינסן, אין הערץ (Hz); איין הערץ איז א פעריאד פון איין מאל א סעקונדע. צום ביישפיל, דער עלעקטרישער שטראם אין רוב לענדער היינט איז וועקסלשטראם מיט א פרעקווענץ פון 50 הערץ, דאס הייסט, די עלעקטרישע שפאנונג טוישט זיך פעריאדיש מיט 50 פעריאדן יעדע סעקונדע.
דער פרעקווענץ פון א כוואליע און איר כוואליעלענג זענען פארבונדן דורך דער פארמל:
וואו v איז די גיך און (לאַמבדאַ) איז די כוואליעלענג. דער פארמל פאר דער פרעקווענץ פון ליכט (און עלעקטראמאגנעטישע) כוואליעס איז וואו c איז די גיך פון ליכט.[1]
אנדערע כוואליעס, למשל קלאנג כוואליעס, גייען מיט א קלענערער גיך.
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: פרעקווענץ |
רעפערענצן
- ↑ ""Frequency of a wave"". Science Scope. Retrieved 2009-03-04.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!