רוי:סוכות

ווערסיע פון 10:58, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")

סוכות (חג האסיף - הארבסט פייערונג) - איז אַ יִידישע זיבן טאגיגע פייערונג, פון ט"ו תשרי ביז כ"א תשרי. גלייך נאך סוכות געפאלט דער יום טוב שמיני עצרת.

עס הייסט אויך חג האסיף דער יום טוב פון הארבסט וואס מען טוט איינזאמעלן די תבואה.

עס געפאלט אין חודש "תשרי", פיר טעג נאך יום כיפור.

דער ערשטער טאג (אין חוץ לארץ די ערשטע צוויי טעג) פון סוכות איז א יום טוב, און די איבריגע טעג זענען חול המועד.

סוכות עסט מען און שלאפט מען אין דער סוכה.

טעם

די תורה גיט דעם טעם פאר דער מצווה פון סוכה, א זכר צו די סוכות בהן ישבו בני ישראל במדבר:

בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי הַזֶּה חַג הַסֻּכּוֹת שִׁבְעַת יָמִים לַה'...בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל-הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֻּכֹּת לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסֻּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם

ויקרא כג מג

ס'איז פאראן צוויי טייטשן פון די סוכות: טייל לערנען אז די סוכות אין וואס דער אייבערשטער האט אריינגעלעגט די אידן אין מדבר זענען געווען עכטע סוכות (אבן עזרא, רשב"ם), אנדערע לערנען אבער אז סוכות דא מיינט מען די ענני הכבוד— די ערע וואלקנס—וואס האבן געשיצט די אידן אין מדבר (אונקלוס, רש"י, רמב"ן).

  1. דאס ווערט געפייערט היינט צוטאגס אלס אנדענק צום באפרייאונג פון מצרים, צו דאנקן גאט פאר די ניסים דאן, אין סימבאליש צייכענט דאס אפ די הימלישע ווענט פון פון די 4 וואלקענעס וואס איז געווען דער איינציגסטער שוץ אין מדבר ווען די אידן האבן דארטן געוואלגערט 40 יאר און עס איז זיי גארנישט געשען קיין שלעכט'ס.
  2. און דער סעזאן איז אויסגעשטעלט דווקא אין הערבסט סעזאן, בעפאר די ווינטער ווען די פארמער און פלאנצער ענדיגן זייער פעלד ארבעט, וואס אמאל איז יעדער געווען אין אזא ארבעט. און זיי עסן דאן אין אזא סוכה צו פייערן און דאנקן פאר די גוטע פלאנצונג פון יאר. אויך איז די ד' מינים אלס לויב און דאנק פאר די גוטע פלאנצונגען.

זמן שמחתנו

 
בערנאַרד פיקאַרט: יידישע מענטשן אין דער סוכה

סוכות איז א ספעציעלער זמן פון דערהויבנקייט און פרייד וואס מען זאגט הלל און מאכט שמחת בית השואבה, אויך נעמט מען די קינדער פאר אויספלוגן, און זאאס צו מאכן זיי פריילעך.

דרויסנדיגע לינקס