רוי:נפתלי מאסטער

ווערסיע פון 10:56, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

נפתלי מאָסטער (געבוירן 1986) איז א געוועזענער בעלזער חסיד און דער גרינדער פון דער יאפפעד ארגאניזאציע, וואס איז געווידמעט צו אויפהעצן די ניו יארקער רעגירונג צו פארלאנגען אז די קינדער אין די חסידישע חדרים זאלן באקומען א בילדונג אין געוויסע סעקולערע געביטן.

יונגע יארן

מאָסטער איז אויפגעוואקסן אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, אין אַ חסידישער משפּחה פון זיבעצן קינדער. אידיש איז זיין מוטער שפּראַך.

מאסטער פירט א העסליכע מערכה אויפן לעגאלן פראנט אקעגן חרדישע מוסדות אין ניו יארק וואס לערנען נישט די פארלאנגטע לימודי חול וואס די רעגירונג געזעץ פארלאנגט. די מוסדות וואס ער באקעמפט נעמען אריין נאנט צו 200,000 קינדערלעך.

מאסטער זאגט אז אסאך עלטערן וואס שיקן די קינדער אין היימישע מוסדות שטיצן זיין מערכה, נאר זיי האבן מורא ארויסצוקומען בפרהסיא צוליב די קאנסעקווענצן וואס דאס קען זיי ברענגען.

זעט אויך

רעפערענצן

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!