רוי:יאפפעד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יאַפפעד (און ענגלישYAFFED) (יונגע אַדוואָקאַטן פאַר א יושרדיגן חינוך) איז אַן ארגאניזאציע וועלכע באַשטייט פון א גרופּע אקטיוויסטן געווידמעט צו טוישן די וועלטליכע בילדונג אין די חסידישע און ארטאדאקסישע שולעס, לויט ווי זיי האלטן אז דאס ניו יארק'ער געזעץ פארלאנגט.  

היסטאריע

יאַפפעד איז געגרינדעט געווארן דורך נפתלי מאסטער, אַ געוועזענער בעלזער חסיד. מאָסטער איז אויפגעוואקסן אין באָראָ פּאַרק, ברוקלין, אין אַ חסידישער משפּחה פון זיבעצן קינדער. אידיש איז זיין מוטער שפּראַך.

מיסיע

די הויפט ציל פון יאפפעד איז אריינצוברענגען מער וועלטליכע בילדונג און לאקאלע חסידישע מוסדות און ישיבות, לויט די ארגאניזאציעס פארשטאנד וואס די ניו יארק סטעיט געזעץ איז. לויט די דזשואיש וויק איז פארלאנגט פון פובליק שולעס אוועקצוגעבן 5 שעה פאר בילדונג ווען אין די היימישע מוסדות געט מען אוועק 90 מינוט און פאר בחורים העכער 13 איז נישט דא קיין שום וועלטליכע בילדונג.

לויט נפתלי מאסטער, איז יאפפעד'ס סטראַטעגיע "צו מאכן מענטשן פון די חסידישע קאמיונטי ארויסצוקומען און פאָדערן אַ ענדערונג אין דעם יעצטיגע בילדונג סיסטעם, ווי 14יעריגע בחורים לערנען נישט קיין וואָרט ענגליש, מאטעמאטיק, וויסנשאפט, היסטאריע אָדער געאגראפיע."

רעפערענצן

וועב לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!