רוי:עזריאל גליק

גבאי פון סאטמארע רביס (–ה'תשע"ד)
ווערסיע פון 10:54, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ר' עזריאל גליק איז געווען דער גבאי פון די סאטמארער רביס. ער איז געווען גבאי פונעם ערשטן סאטמארער רבי, רבי יואל טייטלבוים, דערנאך פון זיין פלומעניק רבי משה טייטלבוים, דער צווייטער סאטמארער רבי, און צום לעצט פון רבי זלמן לייב טייטלבוים פון וויליאמסבורג.

ער איז נפטר געווארן אור ליום י"ט אייר (ל"ד בעומר) ה'תשע"ד, אין עלטער פון 88 יאר[1]. זיין לויה איז פארגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט און דאן פארנט פון זיין הויז אין קרית יואל. ער איז באערדיגט געווארן אינעם נייעם שטח פון בית החיים דקרית יואל.

ביאגראפיע

ר' עזריאל איז געווען דער גבאי אין סאטמאר במשך פון איבער פופציג יאר, אנגעהויבן ביי רבי יואל'יש אין די תש"י יארן[1]. די לעצטע צוועלף יאר פון ווען רבי יואל'יש האט באקומען דעם סטראק איז ר' עזריאל נישט אהיים געגאנגען שלאפן ביי זיך אינדערהיים, נאר איז געווען 24 שעה א טאג ארום דעם צדיק[מקור פארלאנגט].

ר' עזריאל האט געהאט זייער א גוטע שפראך צום סאטמארער רבין, און ער האט געקענט ארויסבאקומען ישועות פאר אידן דורך זיין אייגענארטיגער שפראך.

משפחה

זיין איידעם איז ר' נפתלי בלומענפעלד, מנהל אין דער סאטמאר ישיבה גדולה אין קווינס, ניו יארק.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!