רוי:סניאטין

שטאט אין אוקראיניע
ווערסיע פון 10:50, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
סניאַטין
Снятин
מדינה / טעריטאָריע Flag of Ukraine.svg אוקראינע
גרינדונג דאַטע 1158
קאָאָרדינאַטן 48°27′N 25°34′E / 48.450°N 25.567°E / 48.450; 25.567 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
שטח 35.29 קוואדראט ק"מ
הייך 227 מעטער

 ‑ אין שטאט

10,100‏  (שטייענדיג 2016)
צייט זאָנע UTC+2

סניאַטין (אוקראיניש: Снятин; לשון קודש: שניאטין; פויליש: Śniatyn; ארמעניש: Սնիատին), אדער סנעטין, איז א שטאט אין מזרח גאליציע, היינט א טייל פון אוקראינע, אויף דעם טייך פרוט, 32 ק"מ מערב פון טשערנאוויץ און 80 ק"מ דרום־מזרח פון סטאניסלאוו.[1] ער איז דער אדמיניסטראציע צענטער פון דעם סניאטינער ראיאן,סטאניסלאווער גובערניע. ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז דאס שטעטל געווען אין פוילן אויפן גרעניץ, וואו די באנען זענען אריבער אין רומעניע. לויטן צענזוס פון 2001, האט עס א באפעלקערונג פון 10,500 איינוואוינער.

היסטאריע

די שטעט ווערט ערשט דערמאנט אין 1158, און האט באקומען מאגדעבורג רעכטן אין 1448. ביי דער ערשטער טיילונג פון פוילן איז סניאטין אריבער צו דער האפסבורגער מאנארכיע.

אידישע היסטאריע

די אידישע קהילה אין סניאטין איז געגרינדעט געווארן נאך פאר דעם 16טן יארהונדערט. אין 1900 האבן געוואוינט אין דער שטאט 4,206 אידן, און אין 1921 3,248 אידן.

רומענישע קראפטן האבן אינוואדירט די שטאט יולי 1941 און, מיט דער הילף פון די ארטיגע אוקראאינער, האבן זיי געפירט א פאגראם קעגן די אידן. די דייטשע ארמיי איז אנגעקומען אין דער שטאט אין סעפטעמבער 1941. במשך די מלחמה יארן האבן זיי אויסגעהרג'עט און פארטריבן די גאנצע קהילה. נאכן חורבן זענעו געבליבן פון 3300 אידן אין דער שטאט נאר 15 מענטשן.

היינט האט סניאטין נישט קיין אידישע קהילה.


דרויסנדיגע לינקס

  • סניאטין ביי יידישגען קהילה-לינקען (ענגליש)

רעפערענצן

  1. "סניאטין", אויף "JewishGen" (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!