רוי:מאיר שילער

מחנך
ווערסיע פון 10:32, 8 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

ר' מאיר שילער איז א חסיד'ישער איד פון מאנסי, און א באוואוסטער שרייבער, דענקער, רעדנער, און בעל מחנך.


התקרבות צו אידישקייט

מאיר שילער איז אויפגעוואקסן ביי נישט-פרומע עלטערן, און האט שטודירט אין פובליק שולעס אין זיין יוגנט. אלס יונגער בחור האט ער געלעכצט צו אידישקייט און ער האט אריינשפאצירט און שיכון סקווירא און דארט באגעגנט א סקווירער חסיד, שלמה הילל ע"ה וואס ער איז געווען דער ערשטער וואס האט מיט אים גערעדט און געבליבן זיין ידיד ביז זיין לעצטן טאג. דארט האט ער אויך באקענט הר"ר משה אייזנבאך ע"ה וועלכער האט אים איינגעלאדנט אויף שבת קיין סקווער און מיט אים ליבליך פארברענגט. דאס האט אים געברענגט צו ווערן גענצליך פרום, ווי ער איז געקומען לערנין מיט ר' משה ע"ה יעדן זינטאג ווען ער האט געלערנט מיט די היינטיגע סקווירא רבי שליט"א וואס האט אויך צוגעלייגט פיל געבענדיג אים יעדן זינטאג מילכיגע פראדוקטען כשר'ס צו עסן פאר די קומענדיגע וואכן טעג.

און איז שפעטער געגאנגען לערנען אין דער ברויער ישיבה אין וואשינגטאן הייטס. דערנאך א קורצע צייט און בית שרגא מאנסי ביי הרב שמואל פייוולזאן שליט"א וואו ער איז פארבליבן א שטארקער ידיד פאר די ראשי ישיבה האחים שיפף שליט"א וואס העלפט זיי פיל ארויס ביז היינט.

ער האט זיך מדבק געווען אין דעם אלטן סקווירער רבי, וועלכע האט געמאכט אויף אים א טיפן איינדרוק. אויך האט ער פארברענגט לאנגע שעות מיט דעם היינטיגן סקווירער רבי, מיט וועמען ער איז געווארן נאנט בידידות. דאס האט אים צוגעברענגט גענצליך איבערצולאזן זיין מאדערענם יוגנט און געווארן א סקווירער חסיד אין פולן זין, און איז געגאנגען לערנען אין דער סקווירא ישיבה, און דערנאך אלס יונגערמאן אין סקווירא כולל.

אויך איז ער פון לאנגע יארן געווען גאר נאנט מיט הרב נארמאן (נחום) לאם, דער לאנגיעריגער פרעזידענט פון ישיבה אוניווערסיטעט און ראש ישיבה פון ישיבת רבינו יצחק אלחנן, און האלט זיך טיילווייז אלס זיינס א תלמיד.

היינט צוטאגס דינט ער אלס מרביץ תורה אין דער הויך שולע פון ישיבה אוניווערסיטעט, וואו ער ברענגט אריין ווארימקייט צו אידישקייט און איז שטארק משפיע אויף קינדער פון מאדערנע שטיבער.

אקטיוויטעטן און השקפות

מאיר שילער איז אויך באקאנט אלס א טאלאנטפולער רעדנער, דענקער, און שרייבער אויף אידישקייט און אויף אלגעמיינע פאליטישע און סאציעלע אנגעלעגנהייטן.

מאיר שילער איז זייער אינטערסאנט און אייגענארטיגקייט ער רופט דאס אן א באקס, רוב מענטשן זענען מצומצם צו זייערס, זיי קענען נישט ארויס גיין פון וואס זיי האבן מקבל געווען און זענען צוגעוואוינט.

מאיר שילער פירט זיך אויף ווי א חסדישע יוד, א סקווערע חסיד, אבער ציט פיל, פון די חכמי מוסר, א שטארקע רושם האט געמאכט אויף אים פארשידענע מענטשין ווי הרב אביגדור מילער זצ"ל אדער יבלחט"א הרב דאנציגער שליט"א זיין רבי און ברויערס, א גרויסער רושם האט געמאכט אויף אים פיל אידען פון שיכון סקווירא ווי הרב משה גרין שליט"א אין סקווערע ישיבה זעה'נדיג יגיעת התורה און א ענדלאזע עקשנות צו לערנין און דאוונען, אדער הרב ניישלאס און הרב אונגאר די רבנים פון סקווירא, ווי אויך פיל בעלי בתים פון סקווירא וואס זייער ערנסטקייט האט אים ממש איבערגענימען, ווי זיינע צווי אויפציערס הרב משה אייזענבאך זצ"ל און הרב אברהם חיים שפיצער זצ"ל וואס ווארעמם ווי א טאטע האבן זיי זיך איבערגעגבען פאר אים בלב ונפש, געזארגט פאר זיין רוחניות און גשמיות פון ישיבות ביז יעדע קליינקייט, ווי אויך דער באוויסטער חסיד הרב משה ווייס [בטלן] זצ"ל וואס מיט זיין חסידישע ברען האט ער אויסגעפארעמט לעבדיג וואס מיינט א חסיד, זיינע סעודה'לעך מיט זיינע ווערטליך מיט זיין פייערדיגע אור החיים הק' פאר לערנין,ווי אויכעט נאך פארשידענע אידען ווי הרב חיים בערגער ע"ה אדער הרב ישעי' אונגאר דער גבאי ע"ה און נאך צענדליגע מענטשען וואס זייער טוען איז געווען מיט הארץ און מסירת נפש וואס דאס האט געמאכט אויף אים א שטארקער רושם,

אויך האט הרב משה בער בעק שליט"א שטארק משפיע געווען אויף מאיר שילער נישט דווקא זיין שיטה לגבי ציונות, נאר פיל מער דאס אז ער איז געווען א חסיד פון די וויזניצער רבי די אמרי חיים זצ"ל און ער האט אים איבערגלאזט וועגן קנאות, דאס האט אים פיל גלערינט ווי אזוי מ'קען אנגיין מיט עבודת השם אנדעם וואס מ'גלייבט ממש די זעלבע פון פריער. אז אפי' מפארשטייט געוויסע זאכען זענען נישט פונקט אזוי ווי מ'האט געמיינט, איז נאך פיל דא קונה צו זיין, פון אידישקייט און מ'קען זיין אידיש און ערליך. און מנעמט דאס גוטס און דאס אנדערע לאזט מען איבער.

מאיר שילער האט פיל השקפות וואס איז נישט מיט די איינקלאנג פון די חסדישע אפפמאכען, בנוגע גוים, בנוגע די בריאה, בנוגע פרנסות, בנוגע למודים, אבער מיט די אלע אויבענדערמאנטע איז זיין אמונה און בטחון שטארק און פעסט, די באשעפער מיט זיין תורה לעבט ביי אים, און חסידות און די צדיקים תלמידי בעשטה"ק זענען זיינע מורה דרך אויף עבודת השם, ווי אויך איז ער זייער שטארק באהאפטען צו די מיינוג פון הרב שמשון רפאל הירש זצ"ל לגבי תורה עם דרך ארץ, און די אויסטריט, און לגבי ציונות, ווי אויך האט ער פיל קונה געווען פון הרב אהרן ראטה זצ"ל דורך זיינע ספרים שומרי אמונים און שלחן הטהור, ווי אידישקייט לעבט און מ'האט א לעבדיגע באשעפער צו דינען מיט אהבה ויראה, ווי אויך די ספרים פון הרב יעקב מאיר שעכטער שליט"א טראץ וואס מאיר שילער איז א סקווירא חסיד זעהט ער נישט א סתירה צו קונה זיין אמת פון ווי מ'קען נאר, און ארבעטען מיט אלע מיטעלען צו דינען דעם בוכ"ע,

מאיר שילער איז זייער לינק לגבי מדינת ישראל, נישט דווקא וועגן די שיטה פון סאטמאר, נאר וועגן זייערע אכזריות'דיגע באנעמונג א קעגין די אראבישע באפעלקרונג זייער אוממענטשליכע אויפפירונג צו די גוים און צו די וועלט, צווישען די מענטשין פון נטורי קרתא איז ער זייער באפריידענט מיט הרב הילל דייטש נ"י וואס ביי אים האט ער געטראפען א הארץ און א אויער וואס האט צוגעלייגט צו די קנאות פון שלוש שבועות און די סאטמארע שיטה, אויך די מענטשליכע פראבלעם וואס קומט מיט די מדינה פיהרונג, אוןער פארט איבעראל ארום זאגען אז אידען זענען די עם הנבחר גוט צו יעדן און מרייצט נישט זיך מיט קיינעם סיי וועגן גלות און סיי וועגן מענטשהייט, ווייל דאס מיינט ממלכת כהונים וגוי קדוש.

מאיר שילער איז א גרויסע אנהענגער און הרב אהרן ליכטענשטיין ז"ל וואס זיין מיינוג איז אויך געוווען זייער געשטימט לינקס לגבי די מדינת ישראל הנהגה, א שטארקע שלום מענטש, נישט קיינע מלחמות און בליט פארגיסענגען פון קיינעם נישט פון אידען און נישט פון גוים, ובכלל זיין מיינוג לגבי די בריאה האט געמאכט אויף אים א טיפע רושם.

מאיר שילער וואלט געקענט באשטיין א מדינה על פי תורה, אן קיין רציחות און אכזריות, אדער אפי' א צוויי שטאט לעזונג, וואס לויט סאטמאר איז דאס נישט אויסגעהאלטן, ווי לאנג ס'איז מענטשליך און אנשטענדיק.

דאס אלץ, אינאיינעם מיט זיין אידענטיטעט ווי א סקווירא חסיד און זיינע טעטיגקייטן ביי די מאדערן ארטאדאקסישע קרייזן, מאכט אים גאר אייגענארטיג, עס נעמטט צוזאם פיל מיינוגען און שיטות און בילד א נייע באשעפניש וואס וויינוג נעמן אריין אזוי פיל אין זיך,דערפאר קען זיין א חסידישע איד מיט פארשיעדענע מיינוגען לגבי ראסע און לגבי אידען וואס זענען אייגענארטיג.וואס ער האלט איז אמת און ריכטיג.

ספארט פאנאטיקער

אויך איז ער א געבויטער אטלעטיק און ספארטלער, און איז א פייערדיגער ליבהאבער פון פארשידענע ספארט שפילעריי. ער האט געדינט אלס האקי איינלערנער פאר די תלמידים אין ישיבה אוניווערסיטעט הויך שולע ביז 1995. נאך פירן זיין גרופע זעקס מאל אין א צי צו געוואונען דער טשאמפיאנשאפט פון דער ישיבה האקי ליגע, האט ער אפגעטרעטן פון זיין אמט אלס קאוטש.


קשר צו סקווירא און רחמיסטריווקא

ער האט געוואוינט אין סקווירא שטעטל שפעטער האט ער זיך אוועקגעצויגן קיין מאנסי, ער איז שטארק פארבונדן מיטן סקווירער רבי'ן, אויך איז ער איז שטארק באפריינדעט מיט דער סקווירער הנהלה, און סקווירער חסידים, און ער שטייט זיי אפט צו הילף מיט זיינע פראפעסיאנאלע טאלאנטן לשם מצוה בלי שום תשלום גמול.

זיין אנגייענדע געטריישאפט צום סקווירער רבי'ן, האט זיך גאר שטארק איבערצייגט אין צייט פון דעם פעדעראל סקאנדאל אינערהאלב דער סקיוורא אדמיניסטראציע. דער עפיזאד האט ר' מאיר'ן גאר שטארק אנגעווייטאגט, אבער זיין געטריישאפט און ידידות צו סקווירא האט אים געטריבן זיי ווייטער ארויסצוהעלפן, און ער האט געדינט אלס אפיציעלער פירשפרעכער פאר סקווירא כלפי דער גוי'שער פרעסע.

מאיר שילער וועט גיין פאר סקווירא ארויס פון זיין וועג לשם מצוה, זיין הארץ איז פיל מיט הכרת הטוב פאר די גוט'ס וואס סקווירא האט אים געטון און אים גלערינט, ובפרט די גוט'ס וואס די סקווירא רבי שליט"א האט אים פערזענליך געטון,

די ערשטע יארן און מאנסי האט ער געדאווענט אין סקווירא שטיבעל רוימען בולוואד ווי ער איז געווען זייער געשעצט און באליבט, שפעטער

אין ה'תשמ"ג) איז ער געווען פון די בעלי בתים החשובים וואס האבן זיך באטייליגט אין דעם התייסדות פונעם ראחמיסטריווקער ביהמ"ד אין מאנסי, ווי הרב אברהם דוב טווערסקי שליט"א זיין יוגענט חברותא דינט אלץ רב און מורה דרך

און ער איז פון די פני הקהילה אין דעם ווארימען חסידישן שטיבל. ער איז אויך פון די וועלכע זענען א רוח החיים פון איר עקזיסטענץ, און דאס איז ווייל ער האט מקבל מרות געווען פונעם רחמיסטריווקער רבי שליט"א פון בארא פארק, וואס נאך זייענדיג אין שיכון סקווירא איז ער געווען זיין מורה דרך און קונה געווען ביי אים ווי אזוי צו טראכטן און לערנין, זיין גאנצע חסדישע השקפה וואס ער האט זייער ליב, האט ער מקבל געווען ביי אים, זיין אהבת ישראל, און נישט רעדען אויף אנדערע אידען, אדער דינען די באשעפער מיט א ברען און התלהבות, זיין סדר היום, וויאזוי אפצורעכטען א חסדישען טאג, לערנין פארן דאוונען דערנאך דאוונען מיט התלהבות, און לערנין מיט די רבינו תם תפילין, ווי אויך ווי אזוי מ'רעכט א שבת קודש א פסח נאכט, מיט די זמירות מיט א חסדישע קאך,און פיל נאך.

און תשס"ד האט מען פאברייטערט די שטיבעל, האט ער מנדב געווען אפאנטאסטישע סומע געלט לעילו נשמת זיין אויפציער און שיכון סקווירא הרב משה אייזענבאך זצ"ל ווי אויך האט ער פיל געסקנט ביי זיינע תלמידים זיי זאלען צוהעלפען דעם ארימען שטיבעל וואס רוב מתפללים זענען כלי קודש חסדישע אינגעלייט כולל יונגעלייט,

געהילף פאר'ן חרד'ישן ציבור

אויך איז ער תל תלפיות פאר אלע קרייזן, ער איז א זעלטנהייט פון א פיגור וואס נהנין ממנו עצה ותושיה, נישט נאר אין די מאדערנע קרייזן נאר אויך און סאטמאר און נטורי קרתא קרייזן, ווצב"ש די פארוואלטונג פון התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא האט זיך כמ"פ געוואנדען צו עם בנוגע ענגליש-וועלטליכע אנגעלעגנהייטן, און ער האט געהאט קירבות ביי רבי נתן יוסף מייזעלס, וועלכער איז געווען יד ימינו פון פריערדיגן סאטמארער רב.

אדער ווען מען דארף ביי סיי וואסעער געלגענהייט א געשריבענע ענגלישע ווארט איז ער די אדרעס ביי אלע קהלות וחסידות ווי אויך שרייבט ער פון צייט צו צייט און די באוויסטע אויסגאבעס עמי אדער משפחה פון זייענע רייכען אוצר און ברייטע ידיעות


דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!