רוי:אבל רבתי
אבל רבתי (אויך גערופן מסכת שמחות אין לשון סגי נהור) איז איין פון די מסכתות קטנות, וואס באהאנדלט די הלכות פון גוסס, מאבד עצמו לדעת, לוויה, הספד און קבורה, אבילות און ניחום אבלים. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פערצן פרקים. ווי די אנדערע מסכתות קטנות, איז אבל רבתי בעיקר געדרוקט אין סוף סדר נזיקין פון תלמוד בבלי.
די מסכתא ווערט פאררעכנט אלס א ברייתא, און עס ווערט אסאך געברענגט אין תלמוד בבלי (בעיקר אין מסכת מועד קטן) אן צו דערמאנען דעם נאמען. פון די אנדערע זייט, ווערט אויך ציטירט "תנא באבל רבתי"[1], דערמאנענדיג מימרות וועלכע שטייען נישט אין אונזער נוסח. אין "אבל רבתי" זענען אויך פארהאן אסאך זאכן, וואס זענען צוגעגעבן געווארן אין אסאך שפעטערדיגע צייטן, זאגאר פון די צייטן פון די גאונים[מקור פארלאנגט]. די באדייטונג פון דער דאזיגער מסכתא איז זייער גרויס; זי געבט אונז זייער וויכטיגע ידיעות וועגן די אידישע מנהגים אין די אלטע צייטן.
חוץ פון דער "אבל רבתי" איז אויך געווען א מסכתא וואס האט געהייסן "אבל זוטרתי" ("די קליינע מסכת אבל"), בעיקר געשטעלט אויף דברי אגדה איבער א חולה און מוסר און התעוררות בעפאר דער דין וחשבון וואס ווארט אפ אויף יענער וועלט. אויך די מסכתא ווערט אנגערופן שמחות זוטרתי, און צומאל שמחות דרבי חייא. א לאנגע צייט איז די דאזיגע מסכתא נישט געווען געדרוקט, און מען האט געוואוסט וועגן איר נאר דערפון וואס די אלטע מפרשים האבן געברענגט מאמרים דערפון. ערשט אין די לעצטע צייטן (פראנקפורט יאר תרמ"ט) האט עס חיים מאיר הורוויץ ארויסגעגעבן לויט דעם כתב יד פון פארמא און פון וואטיקאן.
דרויסנדיגע לינקס
- אבל רבתי, אין "אנציקלופדיה יהודית" אויף "דעת"
- אבל רבתי, עם נספח: אבל זוטרתי הוא "מסכת שמחות דרבי חייה" (לפי מהדורת היגער), מוגה ומבואר על ידי אפרים פ. קמינקא, עם מבוא מאת ד״ר ישעיהו לעבאוויטש, הוצאת ״העובד הדתי״, תל אביב, תש"ט
- מסכת שמחות אין ש"ס וילנא, ווילנא, תר"ם / 1880
- אבל רבתי, אויף מפעל המילון ההיסטורי פון די אקדמיה ללשון העברית
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!