רוי:זשעראר ראבינאוויטש

(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

זשעראַר ראַבינאָוויטש איז אַ פראנצויזישער פילאָסאָף און סאָציאָלאָג, אַ געבוירענער אין פאַריז אין 1948. ער איז אַ פאָרשער ביים מלוכה–ראָט פאַר וויסנשאַפטליכער פאָרשונג (פאָרשצענטער "זינען, עטיק, געזעלשאַפט"), און אַ צוגעשריבענער פאָרשער ביים פאָרשצענטער "פּסיכאָאַנאַליז, מעדיצין און געזעלשאַפט" פונעם אוניווערסיטעט פּאַריז 7. ער לערנט אין אַ ריי אוניווערזיטעטן אין פראַנקרייך און איז גאַסט–פּראָפעסאָר אינעם פאַקולטעט פאַר פילאָסאָפיע און הומאַניסטישע לימודים פונעם אוניווערסיטעט אין מינאַס–דזשעראַיִס (בראַזיל).

ביאָגראַפיע

זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין ליאָן. די מאַמע, אַננאַ, פון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצייט געווען אַ "באַהאַלטן קינד". ער איז אַ פּלימעניק פונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זיין ברודער לעאָפּאָלד.

פילאָסאַפיע

זשעראַר ראַבינאָוויטש שטעלט אַריין זיינע פאָרשונגען און שריפטן אין דער וועבעריאַנער טראַדיציע, אין באַציאונג צו דער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, בפרט צו אַזאַ וואָס וואַקסט אַרויס פון די אויפטוען פון דער פראַנקפאָרטער שול און פון אירע יורשים און נאָענטע, באַזונדערס האַננאַ אַרענדט, וואַלטער בעניאַמין, ערסט בלאָך, זיגפריד קראַקאַוער. זיין מחשבה שפּייזט זיך פון די בייטראָגן פון פּסיכאָאַנאַליטישער אָבסערוואַציע און פון דער אַנטראָפּאָלאָגיע וואָס זי טראָגט אין זיך, און אויך פון געשיכטע–פאָרשונג. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַרבעט אין אַ רעם פון שטודיר–תּחומים וואָס ער האָט באַנאָמענט "קלינישע פילאָסאָפיע".

אַ נייער באַגריף — "צעשטערערישקייט" — אויסצוטייטשן נאַציזם און פעלקערמאָרד

זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווייזט די פעסטקייט פונעם באַגריף "צעשטערערישקייט", זיך שטיצנדיק אויף די בייטראָגן פון דער פענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פאַר דער פאָרשונג פון אַפעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפטליכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פון דער היפּאָטעזע פונעם "טויטדראַנג" אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס.

די השׂגה פון "צעשטערערישקייט" ווייזט זיך אַרויס צו זיין אַ טייערער באַגריף אויסצוטייטשן דעם נאַציזם, וואָס פאַרבלייבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פון דער מערבד'יגער קולטור. אין זיין בוך מכּוח דער מענטשליכער צעשטערערישקייט, פראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט, האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרעניצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פילאָסאָפישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפאָר. ער לייגט פאָר צו באַטראַכטן די פראַגע פון נאַציזם, לויט פראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פון אַנטסדרונג, פון כאַאָס און פאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע "כימערע" מיט איר פאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גייסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף "צעשטערערישקייט" קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זיין וויכטיגסט ווערק. באַומאַן טייטשט אויס דעם נאַציזם פונעם קוקווינקל פון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פונעם אינסטרומענטאַלן פאַרשטאַנד און פון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מען זאָל רעדן אין פרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פילאָסאָפישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זיין דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "אומברענגערישע פאַרבינדונגען" מחמת צו פיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פון אַ צושטאַנד פון "טויטגיריקע פונאַנדערבינדונגען". דערביי דאַרף קלאָר זיין — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פארהאן לעבנס–פאַרבינדונגען און –פונאַנדערבינדונגען : "די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פראַבינדונג/פונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקליכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי". דער באַגריף צעשטערערישקייט ערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענליכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פונעם דריטן חורבן און פונעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט יעצט ווייטער אָן מיט זיינע פאָרשונגען איבערן באַגריף "צעשטערערישקייט", דורך זיינע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופן פונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פון היינטיגן פונאַנדערפאַל פון געזעלשאַפטליכן צוזאַמענבונד.

אַן עטיק פון אַנטוישונג

אויפן יסוד פון די פרוידיאַנישע באַטראַכטונגען און פעסטשטעלונגען, באַזונדערס פון פרוידס פאַרלעגנהייט אין דער קולטור, און פון זיינע אייגענע דערטראַכטונגען אין שייכות מיטן באַגריף פון "צעשטערערישקייט", קלערט ראַבינאָוויטש אַריין אין די קאָנסעקווענצן פון דער פּלאַסטישקייט פון דער צעשטערונג, איר פעיגקייט זיך צוצופּאַסן צו פאַרשידענע היסטאָרישע סיטואַציעס אָנהאַלטנדיק כּסדר איר אייגענע נאַטור. פּנים–אל–פּנים מיט אַזאַ אומאיינגענעמען אמת — באַרבאַרישקייט לויערט אויפן מענטש — סטאַרעט זיך זשעראַר ראַבינאָוויטש צו לייגן דעם פונדאַמענט פון אַן עטיק פון אַנטוישונג, אַן עטיק דורך וועלכער דער מענטשליכער יחיד זאָל קענען אויפשטעלן דאַמבעס קעגן דער צעשטערערישקייט וואָס שטעקט אין מענטשליכן מין.

באַטראַכטונגען וועגן הומאָר

דעם אַריינקלער אין דער עטיק פון אַנטוישונג פאַרטיפט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זיינע אַנאַליזן איבערן הומאָר, דאָס דאָזיקע צירונג פון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זיין בוך וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גייסטיקע קונסט, טראַכט ער אַריין אין דער ספּעציפישקייט פון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווייז פון דער ייִדישער קולטור און פון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניגסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פון אַ צונויפגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשליכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נייער ווערק, אייך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער), איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַריינקלער אין הומאָר און אין זיין עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פון ייִדישן הומאָר און די פון ענגלישן, באַלייכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגליכן הומאָר, און אַנאַליזירט זיין ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג.

דורך זיינע פאָרשונגען העלפט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט נויטיג אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פון אַנטשיפערן און "פונאַנדערפּלאָנטערן" די היינטצייטיקע וואָר. זיין ווערק צילט צונויפצוגלידערן די ראַדיקאַלע פּסיכאָאָנאַליטישע אַנטראָפּאָלאָגיע מיט די זיך כּסדר אומקערנדיקע פראַגעס פון דער קלאַסישער פּאָליטישער פילאָסאָפיע, ווי עס האָבן זיי פאָרמולירט לעאָ שטראַוס און קלאָד לעפאָר. זשעראַר ראַבינאָוויטש לייגט די עפּיסטעמאָלאָגישע און עטישע יסודות פון אַ נייעם אופן אָנצונעמען אונזער מענטשליכן מעמד אין אונזער היינטיגער וועלט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!