רוי:דן חלוץ

(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
דן חלוץ

דן חלוץ (געבוירן 7טן אויגוסט 1948) איז געווען דער אכצנטער שעף פון גענעראל שטאב, פון צה"ל, אנגעהויבן אין יאר 2005, ביז יאר 2007. איידער ער איז געווארן שעף, איז ער געווען קאמאנדיר פון דעם לופטפלאט, און וויצע שעף. אין זיין צייט איז פארגעקומען די ריקצוג פון צה"ל פון עזה שטרייף, און די צווייטע לבנון מלחמה. ער איז געווען דער ערשטער פילאט צו ווערן שעף אין דער היסטאריע פון דער ארמיי.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין תל אביב, צו עלטערן עולים פון איראק און איראן. אין 1968, איז ער געווארן מאביליזירט, אין ער איז געווארן א פליער, פון א קאמפס עראפלאן, ער האט טיילגענומען אין דער מלחמת התשה, און אין דער יום כיפור מלחמה, שוין אין רעזערוו. נאכן פארלאזן די ארמיי, און שטודירט "פירן געשעפטן", האט ער זיך אומגעקערט נאכן אויסברוך פון דער ערשטער לבנון מלחמה.

אין 2005, האט שאול מופז אים געשטעלט איבערצונעמען משה יעלון, נאכדעם וואס יעלון האט זיך קעגנגעשטעלט צו דעם ריקצוג פון עזה.

נאך דער לבנון מלחמה אין 2006, איז ער ברייט קריטיקירט געווארן, פארן אנפירן דעם אימבאלימפירטן קריג, וואס ישראל האט געפירט קעגן כעזבאלא, ער האט שפעטער רעזיגנירט פון אמט, נאכן זיין שעף פאר אנדערט האלב יאר.

אום 30סטן אפריל 2007, האט דער ווינאגראד קאמיסיע אים דערקלערט אלס טייל פון דורכפאל אין דעם קריג, אינאיינעם מיט אהוד אולמערט, דעמאלטדיקער פרעמיער מיניסטער, און עמיר פרץ, דאן פארטיידיגונגס מיניסטער.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!